|
Article on other languages:
|
איי פי (IP - Internet Protocol) אדרעסע איז דער אדרעסע פון יעדן באזנודערן קאמפיוטער אויף א קאמפיוטער נעטווארק וואס ניצט די IP סיסטעם פאר קאמפיוטער נעאטווארקס. די אינטערנעט ניצט די IP סיסטעם. א יעדע מאשין וואס נעמט טייל אין א קאמפיוטער נעווארק וואס ניצט IP - צום ביישפיל קאמפיוטערס, פרינטערס, אדער ראוטערס - האט אן IP אדרעסע. מען קען דאס באטראכטן ווי א היים אדרעסע אדער א טעלעפאן נומער. אן IP אדרעסע קען זיין אז עס זאל אויסקוקן ווי עס געהערט צו מעהר ווי איין מאשין דורך א פראקסי אדער ראוטער וואס טוט נעט. IP אדרעסעס איז פארוואלטעט דורך די אינטערנעט אסיינד נומבערס אוטארעטי זיי געבן ארויס גאנצע שטיקער IP אדרעסן צו קלענער פארוואלטערס פון וועלטליכע געגענטער און די געבן דאס פאר גרויסע ביזנעסער אדער ISP.
ווערסיעס פון IPעס זענען היינט דא צוויי ווערסיעס פון IP אין באניץ, IP ווערסיע 4 און IP ווערסיע 6, עס איז דא אסאך חילוקים אין די צוויי, און צוליב דעם וואס ווערסיע פיר ווערט מעהר באנוצט איז ווען מען זאגט סתם IP מיינט דאס ווערסיע פיר. IP ווערסיע 4עיקר ארטיקל: IP ווערסיע 4 IP ווערסיע 4 ניצט נאר 32 ביטס (פיר בייטס) פאר אדרעסעס, און איז דערפאר איינגעצוימט צו 4,294,967,296 (232) מעגליכע אדרעסען. עס זענען אבער דא אדרעסען וואס זענען צוגעטיילט ספעציעל פאר פריוואטע אדרעסן (בערך 18 מיליאן אדרעסען) און צו אויסרופען (Multicast) אדרעסן (בערך 270 מיליאן אדרעסען). די אלע זאכן צוימן איין די וואוקס פון די אינטערנעט, IP ווערסיע 6 וועט דעריבער איבערנעמען. א משל פון אן IP ווערסיע 4 אדרעסע: 127.0.0.1 דאס הייסט א Loopback (פירצוריק) אדרעס און פירט אלעמאל צוריק צו די אייגענע קאמפיוטער. IP ווערסיע 6
[1] איין פארשער האט געזאגט אויף דעם אז עס קומט אויס אז עס וועט זיין בערך 5000 אדרעסן פאר יעדע מעטער פון די ערדס פלאך. דאס מאכט דאס גענוג און נאך פאר די צונקונפט כאטש א יעדע סעל פאון און קארס און אנדערע פרעזענליכע מאשיןען וועלן ניצען די אינטערנעט. משל פון IP ווערסיע 6 אדרעסע: 2001:0db8:85a3:08d3:1319:8a2e:0370:7334 IP אדרעסן אין אייראפעאנדערש ווי אין אמעריקע איז די IP אדרעסע אין אייראפע פאררעכנט אלס א פריוואטע אינפארמאציע און אלס אזעלכעס איז נישט ערלויבט פאר קיינעם ארויסצוגעבן די IP אדרעסע פון אן אנדערען.[פֿעלט אַ מקור] דרויסענדע לינקס
רעפערענצן |
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net