|
Article on other languages:
|
שרייבן איז דער קונסט אראפצולייגן ווערטער, דורך די פינגער צו דורך א פען אויפן פאפיר אדער קיבארד טייפענדיג אויף א קאמפיוטער, וואס מ'וויל קאמיוניקירן נישט דורכן מויל. וויבאלד שרייבן איז אנדערשט ווי רעדן, וואס מ'קען נישט נוצן דערביי די הענט, פנים, און ניגון צו מסביר זיין וואס די ווערטער באדייטן, ברויך מען זיך האלטן גאר שטרענג צו כללים כדי די ווערטער, טינט, פינגערקלאפעריי זאלן נישט זיין להבל ולריק. עס איז טאקע ביטער שווער צו שרייבן, ווער רעדט נאך פון זיך צו האלטן צו כללים, אבער עס לוינט דאס צו חזר'ן און איינבאקן ווייל דאס געשריבענע ווארט טראגט אסאך מער געוויכט און ווערט ווי א געזאגטע ווארט. דער עיקר פאקטאר צו נעמען אין באטראכט ביי אלע כללים איז צו רעספעקטירן דעם ליינער. איר זאלט זיך אריינלייגן און זיין מצב און אזוי ארום זעהן וויאזוי קען מען אים פאנגן, און איינמאל מען האט אים, זאל מען אים נישט פארלירן, ער זאל זיך אנשטרענגן צו ליינען אייערע ווערטער? 5 זייטן: ווען, ווי, ווער, וואס, און פארוואס.יעדער ענין. פאקט, זאך, געשעניש, מענטש, און באגריף, האט 5 הויפט פאקטארן וואס פארעמען דאס אויס און וויאזוי מענשטן קוקען דאס אן: ווען פאסירט דאס? ווי פאסירט דאס? ווער איז אין דעם פארמישט? וואס פאסירט? און פארוואס פאסירט דאס? נישט נאר ביי א מענטש'ס ביאגראפיע אדער געשעניש, נאר אפילו ביי א זאך דארף מען צולייגן די 5 זייטן? ווען, ווי און ווער טוט מען דאס ערפינדען? און פארוואס געבט מען איר די נאמען? אויב אדרעסירט מען די אלע 5 זייטען פון די מטבע, איז דאס א געלונגענער ארטיקל. אריינפיר (פארן TOC פארמאטונג)איר דארפט געבן א שטיקל באגריף פארן ליינער פון וואס איר גייט שרייבן, בקיצור אים אריינפירן צו די ווייטערדיגע פרטים. דאס איז די שווערסטע אויפגאבע, ווייל דאס טאר נישט זיין מער ווי 3 פאראגראפן, אבער עס מוז אדרעסירן אין א צוקוועטשטען תמצית אלע 5 הויפט זייטן פונעם ענין. דאס וועט געבן פארן ליינער די געלעגנהייט און פרייהייט צו זעהן אויב ער וויל ליינען די גאנצער ארטיקל.
"ר' משה יענקל פאדראטשיק (26 אין סעפטעמבער 1893 – 9 נאוועמבער 1976) איז געווען דער רב פון פיקשלאפדיינער קהילה צווישן די יארן 1949-1976. אין זיין אמט אלס הויפט אידישע פירער און שתדלן פון גאנץ מאראמאריאשע ארטאדאקסישע שטרעמנוג פון 1943 און ווייטער, איז ער געווען די הויפט אורזאך פון זייער וואוקס און איינפלוס אויף די גויאישע רעגירונג אינסטאנצען. דאס האט עווענטואל רעוואלוציאנירט אידישקייט לדורות דורך די באקאנטע ערקלערונג פון "צאקאליי דער פערטער" וואס איז געווען פארעכענט ווי א טריט פאראויס אויף אייביג פאר אידן, אדער ווי טייל באצייכענען איר א בכי' לדורות."
3 עיקר חלקיםאריינפיר. מיטלסטע. מסקנא. קורץ און שארףעס מוטשעט נישט אויס דעם ליינער, און עס שפארט זיין צייט. אויך צווינגט עס דעם שרייבער צו נוצען קלארערע ווערטער ווי איידער רעדן ווי א באבע. ממילא טוט די ליינער מער טראכטן און קאנצעטרירן אויף אייערע ווערטער. ס'זאל זיך ליינען ווי אין א המשךווי אין א נאראטיוו, איין גרויסע דערציילונג. איין פאראגראף מוז קלעבן צום צווייטן. נישט זיך אפשטעלן און אנהייבן נייע זאכן, ווייל דאס שטעלט אפ דעם ליינער אויך פון ליינען און צולייגן קאפ, ער מוז ווערן געפירט אן זיך אפשטעלן יעדע מינוט. אחוץ אויב מ'קען נישט ווי אין א ליסטע, מאכט מען בולעטס * כדי די ליינער זאל זיך נישט אויפרעגן. שאלה און תשובהאנפאנג פון יעדן ארטיקל און פאראגראף מוז מען שטעלן א שאלה כדי צו מאכן נייגעריג די ליינער דאס זאל אים פארענטפערט ווערן נאר צום סוף ארטיקל. דוגמה: ":משה יענקל פאדראטשיק איז געפארן לערנען אין די וועלט בארימטע ישיבה פרעמישלאן אין יאר 1911 (דא פרעגט די ליינער: וואס האט ער געלערנט?) און ער האט זיך משלים געווען אין חושן משפט אורח חיים דרוש און מוסר. (וואס האט פאסירט נאכדעם?)
סטרוקטארדאס ערשטע ווארט אדער פאראגראף מוז נישט נאר קלעבן מיטן צווייטען, נאר מוז דינען א יסוד פארן צווייטען. דער ערשטער פאראגראף מוז זיין חשובער און ערשט, מער כלליתדיג און מער דערויסענדיג. און דערנאך קומט דער פרט, און ווייניגער חשוב, פרטית'דיג און אינעווייניג. נישט אלעס קען אריינפירן אין צווייטען, אבער עס מוז זיין מסודר מיט א סדר דאס קלענערע נאכן גרעסערן אז נישט ווערט מען צעמישט און מען צעטראסקעט די אויפאסונג פונעם ליינער. זיך האלטן צו איין סטילנישט טוישן אינמיטן א ארטיקל דעם וועג פון שרייבן. אויב האט מען אנגעהויבן רעדן בלשון יחיד נישט גיין אפילו איינמאל צו א לשון רבים, אדער אויב מען נוצט איין וועג פון נוסח, שפראך, אויסלייג, פֿאנט, גראמאטיק, זאל מען זיך האלטן דערצו בעקשנות דערצו דורכאויס, ווייל דער ליינער זאל ווי ווייניגער זייטיגע זאכן באדערן און עגבערן פון אייער שריפט, כדי ער זאל זיך הונדערט פארצענט נאר קימערן מיטן תוכן און נישט מיטן סגנון. צולייגן א דערציילונגפארשטייט זיך מיט א מקור א לינק אין קיינמאל נישט מפי השמועה. עס ציעט די אינטערעסע פונעם ליינער צו קאנצעטרירן מער אויף אייערע ווערטער. לייגן א בילדמיר זענען אלע קינדער וואס האבן ליעב בילדער. זעט בילד. נישט ניצן מעטאפארןא מעטאפאר איז א משל אן צו אויסזאגן דעם ליינער אז איר שרייבט דאס נאר אלס משל, די צרה מיט דעם איז אז דער ליינער ווערט באמוטשעט מיט ווילד טוישענדע מיינונגען און פראזן פארלירענדיג די "עטענשאן ספען". יעדער מעטאפאר פארלירט איר מיינונג מיט די צייט ווען עס ווערט אויס אקטועל. אויך איז עס נישט אינטערסאנט פאר אן אנדערן אייערע ענטוזיאסטישע טערמינען. (ווי למשל קטלא קניא מעג נוצן מעטאפארן ווייל ער איז בעיקר סעטייער חוזק צו מאכן פון די מסורה, דעריבער דארף ער נוצן יעדע שורה א מעטאפאר פון אונזער טראדיציע אדער טעגליכע געדאנקן גאנג דערפון אפצושפעטן, אבער ביים שרייבן נארמאל קומט נישט אריין געבארגטע ווערטער פון גמרא אדער פון מנהג.) נישט מסביר זייןווייל עס באלעסטיגט דעם ליינער. אחוץ עס איז א הילף בלאט. אויך אז איר דארפט מסביר זיין אייערע ווערטער, זענען די ווערטער איבעריג. נוצן בלויז אנגענומענע ספעלינג און גרמאטיקאזוי וועט די ליינער נישט ווערן אויסגעמוטשעט נוצענדיג זיין צייט און קאנצערטראציע זיך צו באפריינדען מיט נייע ווערטער, ער וועט זיך מער אפגעבן מיט ליינען וואס איר ווילט. נישט רעדן פון זיךדאס איז די שווערסעטע אויפגאבע, ווייל מ'קען דאך נאר שרייבן וואס מ'זעהט און טראכט, אבער די ליינער איז פונקט אזוי סעלפיש ווי אייך, אויב ער וועט זעהן איין ווארט איבער אייך וועט ער גיין ווייטער פון דארטן. ווייל ער וויל נישט ליינען קיין איין ווארט איבער אייך, ער קען אייך נישט, און ממילא אינטערסירט אים נישט וועגן אייערע געפילן. אחוץ אויב איר זענט א גאר פאפולערער מענטש, ווי א שריפטשטעלער און אזוי דאס גלייכן וואס די ליינער רעספעקטירט אייערע שיטות און וועגן דעם ליינט ער אייך. טרוקן, נישט זאפטיג אדער דראמאטיש א.א.וו.קודם כל וואס איז דראמאטיש איז גוט צו זעהן אליינס, אז איר דארפט מיר זאגן אז דאס איז דראמאטיש, א שטייגער ווי די היימישע צייטונגען וואס שילדערן די חסידישע טישן און איווענטס, ווייס איך אז עס איז ליגעט. דראמא דארף ווערן ארויסגעברענגט פון פאקט, נישט פון זאגן אז עס איז דראמאטיש, יעדער איינער וויל הערן די פאקט און נישט מער. אייערע בויך קרעמפן זענען כמעט קיינמאל נישט די זעלבע ווי מיינע, דעריבער איז דאס נישט קיין חשיבות ביים ליינער און ער ווערט נאר באלעסטיגט דערמיט. איינטיילן אין חלקיםא ליינער וואס זעהט א גאנצע מגילה אין פארענט פון זיך וועט נישט ליינען אביסל אויך נישט. טיילט דאס איין אין קלענערע חלקים אזוי וועט דאס אויג קודם ליינען די ערשטע חלק, און דערנאך וועט איר אים שוין פאנגן אויף צו ענדיגן ליינען דעם ארטיקל. אויב איינער איז נישט מסכים מיט איין חלק, קען ער דערנאך נאך ליינען אנדערע חלקים. אויסלאזן איין שורה אדער צוויי, צווישן פאראגראפן, כדי דער ליינער זאל כאפן דעם אטעם און נישט ווערן אויסגעמוטשעט. צופיל צוטיילטע חלקים איז אויך נישט גוט, עס קוקט אויס ווי א ליסטע און פארשווערט די המשך פונעם קאנצעטראציע. מאכן קעפלעךעס צווינגט אייך צו זיך האלטן צום פוינט און עס פארזיכערט דעם ליינער מיט איין ווארט אדער צוויי, אז די פוינט אינעם ארטיקל איז עפעס וואס פאראינטערסירט אים. נישט נוצן קיין ליינס אדער סימבאלןאנדערשט ווי בילדער און ווערטער, איז סתם סימבאלן און ליינס אנגעפאקט און נישט ריין. וויאויך נישט מאכן באלד און מארקס ווי סמייליס, !, און " ", א.א.וו. עס מאכט נערוועז מיט צופיל פאטשקערייען וואס זענען מבטל די ווערטער'ס חשיבות. נישט נוצן ראשי תיבותנישט יעדער איז א תלמוד חכם אין שרייבן, פארוואס זאלט איר יענעם באמוטשען צו טראכטן וואס די ראשי תיבות מיינט? גוטמוטיקעס איז אייביג גוט צו שמייכעלן פאר זיך בשעתן שרייבן ווייל דאס וועט אטאמאטיק אריינגעבן דעם פרייליכקייט און די ווערטער. און גוטמוטיגקייט איז פאר יעדן א ציענדער פלעיווער וואס מאכט אים וועלן צולייגן קאפ בשעתן ליינען. כעס און קללות ציען אויף די מינוט דעם ליינער אבער די אקט ווערט נמאס פון זיי מיט די צייט. זיך נישט שעמען צו פארעכטן הונדערטע מאלדאס איז א גרויסער נסיון אין וויקיפעדיע, ווייל יעדער איינער זעהט אינעם לעצטע ענדערונגען בלאט אז איר זענט א ליידיגייער וואס האט נישט צוטאן מיט די צייט נאר צו פארעכטן אגאנצען טאג אייערע בויך וויי. אבער די אמת איז אז אויב איר האלט נישט פאר וויכטיג צו שארפן, מעקן און פארעכטן אייערע ווערטער, דאן האט אייערע ווערטער נישט קיין ווערד, און דאן דארפט איר זיך שעמען ווייל א ליידיגייער איז אזא איינער וואס האלט נישט זיינע ווערטער פאר קיין חשיבות. דאן אויב אזוי וויאזוי פארלאנגט איר אז אן אנדערער זאל יא מחשיב זיין אייערע ווערטער צו פארברענען פון זיין צייט איר צו ליינען? קראנטע מקורותעס איז וויכטיג נישט זיך צו פארלאזן אויפן זכרון, נאר שרייבן וואס מ'ווייסט פאר זיכער. דא האט איר א נוסח וויאזוי צו בעטן רשות צו קאפירן אנדערן'ס ארטיקלן אהער. זיך צופאסטן צום אויסשטעל וויפל ס'איז מעגליךווען מען שרייבט אן ארטיקל וואס האט קעגנאיבערע ארטיקלען פון זעלבן טעמע, ווי צ.ב.ש. אויב מען שרייבט אן ארטיקל איבער די מלכים פון תנ"ך, אדער איבער א מסכתא פון משניות, זאל מען זיך משתדל זיין צו אייניקן די אויסשטעל צווישן אלע ארטיקלען. ווי צ.ב.ש. אויב אין די אנדערע ארטיקלען פון די מלכים איז די ערשטע פאראגראף רעדט ארום איבער דעם קעניגס ביאָגראַפיע, זאל מען שרייבן אויך אין דאס נייע ארטיקל אויף אזא אויפן. גוטע געשרייבאכצער
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net