|
עבודת ה' - איז פרומער אידישער באגריף פון די גייסטליכע ארבייט פון אינזין האבן אז אלעס זאל זיין לשמה: ד.ה. פארן באשעפערס וועגן. עבודה איז לאוו דאווקא פיזיש נאר גייסטיש, אוואו מען האט כוונות און מען ארבייט שווער מיטן מוח צו טאן די ווילן פון די באשעפער און נישט טאן קיין שום עבירה. עס איז דא ספעציעלע ארבייטן וואס איז פיזיש אויך פארן באשעפער ווי לערנען תורה און דאווענען און טאן אלע אנדערע מצוות אבער די כללית עבודת ה' האלט אן פאר יעדן איד 24 שעות 7 טעג א וואך 365 טעג א יאר און 120 יארן פון לעבן נאכאנאנד. ווייל לויט די תורה פערספעקטיוו איז יעדער באשעפעניש א עבד צום באשעפער, און ער האט אונז באשאפען מיר זאלן אים באדינען. און דאס איז דער ציל פון אונזער לעבן. יידישקייטעס איז דא אין ספר חובת הלבבות א גאנצער קאפיטל וואס געבט זיך אפ מיט דעם מידה עס הייסט שער עבודת אלוקים. |
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net