נאציזם איז א פאליטישעבאוועגונג זינט די 1920ער. נאציזם איז א פארעם פון פאשיזם. פיל פון זייערע געדאנקען זיינען אוועק געשטעלט אויף א ראסישעאידיאלאגיע וואס איז אנטפלעקט געווארן דורך דער נאציאנאלער סאציאליסטישער פארטיי אין דייטשלאנד אין די 1920ער און 1930ער דורך איר הויפט-פיהרער אדולף היטלער וואס באשרייבט די אידאלאגיע אין זיין ספר מיין קאמפף. לויטן אידיאלאגיע איז די אריער ראסע דערהויבענער פון אלע אנדערע ראסן און האבן די פייקייט צו איבערקומען. לויט זייער ראסישע אידיאלאגיע, זיינען די סלאַבֿן, ציגאנער און איבערהויפט די יידן מינערווערטיקע מענטשן. די נאציס האבן געשיקט מיליאנען יידן אונד ציגאנער צו קאנצענטראציע לאגערן ווו זיי האבן צום סוף דערמארדעט געוואָרן. דעם מארד רופט מען היינט "די שואה".
ג' שבטה'תרצ"ג האט דער דייטשער-פרעזידענטפאול פון הינדנבורג באשטימט אז אדולף היטלער, דער פירער פון די נאציזם פארטיי (דאן איז זי געווען די גרעסטע פארטיי), זאל ווערן קאנצלער אויף דייטשלאנד. באלד נאך זיין ארויפגאנג, האט היטלער אנגעהויבן צו אויספירן זיין אידיאלאגיע, און דורך דעם האט אויסגעפלאצט דער צווייטער וועלט קריג.
די נאציס אונטער זייער פירער אדולף היטלער האבן געוואלט פארלענדן דעם יידישןפאלק ביי דער צווייטער וועלט מלחמה. זיי האבן באשטימט צו הרגענען דער וואס ס'איז א 3טער דור צו א יידישן אפשטאם פון דער מאמע אדער טאטע זייט צוגעבונדן צו די נירנבערג געזעצן.