ליבעראלן

Article on other languages:

del.icio.us del.icio.us
Digg Digg
Furl Furl
Reddit Reddit
Rojo Rojo
Add to OnlyWire

ליבעראליזם אין פאליטיק וויסנשאפט איז א מעטאד וואס איר געדאנק איז צו ערלויבן יעדן מענטש צו וואקסן עקאָנאָמיש אן גרעניצן. אנדערש איז סאציאליזם וואס דער רייכער דארף זארגן פאר די ארימעלייט.

די ליבעראלישע צוגאנג האלט אז מען דארף לאזן דעם מענטש זיך אנטוויקלען וויפל נאר ער קען, און די רעגירונג טאר זיך נישט מישן צו אים צווינגען אונטערהאלטן שוואכע מענטשן. אבער כאטש דעם, אויך א ליבעראלישע דעמאקראטישע רעגירונג שטיצט מינימאליש "נאטורליכע רעכטונגען" פאר די גאר שוואכע אינוואלידע מענטשן, כדי צו שענקען מינימאלישע רעספעקט פאר דער מענטש צו זיין א "מענטש".

א דעמאקראטישע רעגירונג קען זיך פירן מער ליבעראליש אדער מער סאציאלאגיש. למשל די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע פירן זיך מער ליבעראליש, און פארשידענע לענדער אין אייראפע ווצ"ב גרויסבריטאניע, דייטשלאנד, פראנקרייך, מדינת ישראל א.א.וו. פירן זיך מער סאצאלאגיש.

זעט אויך: קאפיטעליזם.

מעלות און חסרונות

די ליבעראלישע צוגאנג וואס גיט פולע ערלויבונג פאר יעדן בירגער צו זיך אנטוויקלען וויפל נאר ער קען, בריינגט פיל פלאסונג פאר דער בירגער צו פארגרעסערן זיין געזעלשאפט, און אזוי בריינגט ער מער ארבייט פאר מער מענטשן. אויך בריינגט דאס פאַרמעסטונגען צווישן געזלשאפטן, וואס דאס מאכט זייער ביליג די פראדוקטן וואס די געזעלשאפטן פראדיקטירן. אבער פון צווייטן זייט, בריינגט דאס א געוואלדיגע אונטערשיידונג צווישן די רייכע און בעסערע מענטשן וואס האבן א פּאָטענציעל צו אימער וואקסן, און אלע פראסטע לייט בלייבן אימער אונטערשטעדיג.

ליבעראליזם אין לעבנסשטייגער

ליבעראל - אין קאנטראסט צו קאנסערוואטיוו - איז גרייט צו טוישן איינגעגעסענע טראדיציעס פאר א בעסערן, נייערן און מער מאדערנעם לעבנסשטייגער. די ליבעראלן זיינען די וואס קעמפן פאר אלעם וואס פון אייביג אן באטראכט געווארן ווי שלעכט אדער פארבאטן, ווי למשל געיז, אבארטן אא"וו.

This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.


Giant Panda

Mercedes Car
James Bond Guide
This site monitored by SitePinger.net