|
לאָקאַלער נעצװערק (Local Area Network) איז א קאמפיוטער נעצווערק וואס איז צעשפרייט אויף א באגרענעצטער שטח, אין איין בנין אדער עטלעכע נאענטע בנינים. עס איז אנדערש ווי א מוניציפאל נעצווערק וואס איז צעשפרייט איבער א שטאט, אויך אנדערש ווי א פארשפרייט נעצווערק וואס קען זיין צעשפרייט איבער דער גאנצער וועלט. א לאקאלער נעצווערק איז א סך שנעלער ווי די אנדערע אויבן דערמאנטע נעצווערקן. די שנעלקייט פון א לאקאלן נעצווערק איז צווישן 100 ביז 1000 מעגאביטן פאר א סעקונדע.
די ערשטע לאקאלע נעצווערקן זיינען געגרינדעט געווארן אין יאר 1977 (ה'תשל"ז) דורך Datapoint און זיי האבן באדינט צו איינטיילן הארטדיסקן. היינט זיינען דא סטאנדארטן באשטימט דורך IEEE וואס ערלויבן אויך צו איינטיילן אפדרוקערס, פארבינדונגען צו אנדערע נעצווערקן, רוטירירן, און לאסטן איינטיילונג.
|