|
לאס אַנזשעלעס איז א שטאט אין דרום קאליפארניע, אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. 3,847,400 מענטשן וואוינען אין דער שטאט, און מער ווי 18 מיליאן מענטשן אין דער גאנצער לאס אנזשעלעס ראיאן. די שטאט פארנעמט א שטח פון 1200 קוואדראט ק"מ. לאס אַנזשעלעס האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג פון אלע שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן, נאך ניו יארק סיטי. זי איז די גרעסטע שטאט אין קאליפארניע.
היסטאריע
דער נאמען לאס אַנזשעלעס שטאמט פון שפאניש און איז טײַטש "די מלאכים". דער נאמען איז א פארקירצונג פונעם ארגינעלן נאמען פונעם ארט. לאס אַנזשעלעס איז געגרינדעט געווארן אין 1781. אום 4 אפריל, 1850 איז קאליפארניע געווארן איינער פון די פאראייניגטע שטאטן.
טשיקאוועסן
לאס אַנזשעלעס פארמאגט אסאך באקאנטע טשיקאוועסן. ס'איז פאראן אסאך לאנגע פלאזשעס, למשל וועניס פלאזשע, ווי אויך מוזייען, למשל די געטי מוזיי.
אינדוסטריעס
לאס אַנזשעלעס האט א גרויסע פילם אינדוסטריע, בעיקר אין האליוואד. מען פאבריצירט אויך מיליטערישע פליווארג דארטן. די שטאט איז אויך א צענטער פאר באנקירן.
געגנטן
לאס אנזשעלעס האט פארשידענע געגנטן, צווישן זיי:
פאליטיק
דער היינטיגער בירגערמײַסטער איז אנטאניא ווילאַגייראסאַ
|