לאנדאנער אונטערגרונד

Article on other languages:

del.icio.us del.icio.us
Digg Digg
Furl Furl
Reddit Reddit
Rojo Rojo
Add to OnlyWire
אונטערגרונט לאגא

דער לאנדאנער אונטערגרונט איז א באן סיסטעם וואס באדינט דעם גרעסטן טייל פון גרעסערער לאנדאן, ענגלאנד און עטלעכע ארומיגע געגנטן. ער איז די עלצטע אונטערגרונטיקע באן סיסטעם אין דער וועלט. די ערשטע ליניע איז געווען די מעטראפאליטאנע באן (היינט איז דאס א טייל פון דער האמערסמיט און סיטי ליניע), וואס האט געעפנט 10 יאנואר 1863.[1] אין אמת'ן 55% פון דער נעצווערק איז איבער דער ערד. רוב מענטשן אין לאנדאן רופן אים "דער טיוב" ( Tube) ווייל די טיפע טונעלן זעען אויס ווי א רערל (אויף ענגליש tube).

דער אונטערגרונד האט 275 סטאנציעס און די ליניעס זענען לאנג אינגאנצן 408 ק"מ,[2] אזוי איז דאס די לענגסטע אונטערגרונטיקע באן אויף דער וועלט. אחוץ די היינטיגע סטאנציעס זענען אויך דא אסאך פארמאכטע סטאנציעס. אין 2005–2006 האבן 971 מיליאן פאסאזשירן געפארן, און אין 2006–2007 מער ווי א ביליאן. אין מערץ 2007 האט מען געמאלדן אז יעדן טאג זענען דא מער ווי דריי מיליאן פאסזאשירן (אויף ארבעטסטעג א דורכשניט פון 3.4 מיליאן).[3]

זייט 2003 איז דער אונטערגרונד א טייל פון טראנספארט פאר לאנדאן (TfL), דער פארוואלטער פון פילצאליקע טראנספארט פונקציעס אין לאנדאן, למשל די בארימטע רויטע טאפלדעקבוסן. פריער איז דער פארוואלטער געווען לאנדאן אונטערגרונד באגרענעצט, אן אונטערגעזעלשאפט פון לאנדאנער רעגיאנאלער טראנספארט.


אינהאַלט

היסטאריע

די פאטאגראפיע ווייזט א דרומדיקן פעראן אויף דער נארדערנע ליניע אין אנגל טיוב סטאנציע.

דער ערשטער אפטייל פון דער מעטראפאליטאנער באן און פון דעם לאנדאנער אונטערגרונד איז געווען צווישן פאדינגטאן און פֿארינגדאן, די ערשטע אונטערגרונטיקע שטאטישע באן פאר פאסאזשירן אויף דער וועלט. די ערשטע פאסאזשירן זענען געפארן 10 יאנואר 1863.[1] 41,000 פאסאזשירן זענען געפארן יענעם טאג, מיט א באן יעדן 10 מינוט; ביז 1880 האט די פארברייטערטע "מעט" געפירט 40 מיליאן פאסאזשירן א יאר. נאכער האט מען געעפנט אנדערער ליניעס גאנץ גיך; אין 1884 איז דער "אינער קרייז" (היינט די קרייז ליניע) שוין געווען קאמפלעט.

אין אנהייב האט מען געגראבן די טונעלן דורך שנייד-און-דעק. די שיטה האט מען געניצט אויך פאר דער דיסטריקט ליניע, וועגן דעם האט געדארפט אראפרייסן אסאך הייזער צווישן פאדינגטאן און בייזוואטער.

שפעטער האט מען פארבעסערט די מעטאדן און מען האט געגראבן די שפעטערדיגע טונעלן פיל טיפער, וואס הייסט טיפער-ניווא טונעלירן.


טראנספארט פאר לאנדאן

אינפראסטרוקטור

ליניעס

דער אונטערגרונט האט 11 ליניעס. ביז 2007 איז געווען נאך א צוועלפֿטע ליניע, די מזרח לאנדאן ליניע, וואס איז יעצט פֿארמאכט און וועט ווערן געעפֿנט אין 2010 אלס א טייל פונעם לאנדאנער איבערגרונט.

די פאלגענדע טאבעלע איז כולל יעדע ליניע; איר קאליר אויף די אפיציעלע טובע מאפעס, ווען יעדע ליניע האט אנגעהויבן ארבעטן, דער ערשטער טייל געעפנט, זייט ווען די ליניע האט איר היינטיגן נאמען און וואסארא טונעל די ליניע ניצט.

לאנדאן אונטערגרונד ליניעס
נאמען מאפע קאליר ערשט
אפערירט
ערשטער אפטייל
געעפנט*
נאמען
זייט
טיף לענג
/ק"מ
לענג
/מיילן
סטאנציעס רייזעס
א יאר (000s)
דורכשניט רייזעס
א מייל (000s)
בעקערלו ליניע ברוין 1906 1906 1906 טיף ניווא 23.2 14.5 25 95,947 6,617
צענטראלע ליניע רויט 1900 1856 1900 טיף ניווא 74 46 49 183,582 3,990
קרייז ליניע געל 1884 1863 1949 אונטער איבערפלאך 22.5 14 27 68,485 4,892
דיסטריקט ליניע גרין 1868 1858 1868-1905 אונטער איבערפלאך 64 40 60 172,879 4,322
האמערסמיט און סיטי ליניע רויז 1863 1858 1988 אונטער איבערפלאך 26.5 16.5 28 45,845 2,778
יוביליי ליניע גרא 1979 1879 1979 טיף ניווא 36.2 22.5 27 127,584 5,670
מעטראפאליטאן ליניע מאגענטא 1863 1863 1863 אונטער איבערפלאך 66.7 41.5 34 53,697 1,294
נארדערן ליניע שווארץ 1890 1867 1937 טיף ניווא 58 36 50 206,734 5,743
פיקאדילי ליניע טונקל בלוי 1906 1869 1906 טיף ניווא 71 44.3 52 176,177 3,977
וויקטאריע ליניע העל בלוי 1968 1968 1968 טיף ניווא 21 13.25 16 161,319 12,175
וואטערלו און סיטי ליניע טיל 1898 1898 1898 טיף ניווא 2.5 1.5 2 9,616 6,410
* וואו מ'ווייזט א יאר איידער דעם יאר "ערשט אפערירט", איז פשט אז די ליניע איז שוין געווען אפערירט אויף אן אנדער רוטע.

דער אונטערגרונט באדינט 268 סטאנציעס, כולל 14 סטאנציעס וואס זענען דרויסן פון גרעסערער לאנדאן.

זאנע 1 (צענטראלע זאנע) פון דעם אונטערגרונד און (DLR) נעצווערק אין א מער געטרייען אויסלייג ווי די באוואוסטע טובע מאפע

דער אונטערגרונד ארבעט נישט 24 שעה'ן אין טאג (אחוץ דעם ניי יאר טאג און אזעלכעס) ווייל רוב ליניעס האבן נאר צוויי גערעלסן (איינס אין יעדער ריכטונג) דעריבער דארף ער זיין פארמאכט ביינאכט אויף אויסהאלטונג. די ערשטע באנען הייבן אן בערך 4:30 פארטאגס ביז 1:30 נאך האלבער נאכט.

צוויי ערליי אונטערגרונד באנען : די גרעסערע אונטער-איבערפלאך באנען און די קלענערע טיוב באנען. A Metropolitan line A Stock train (left) passes a Piccadilly line 1973 Stock train (right) in the siding at Rayners Lane

שטחים אן דינסט

פון די 32 לאנדאנער באראס, זעקס זענען נישט באדינט פונעם אונטערגרונט. פינף דערפון זענען דרום פון דעם טעמז טייך: בעקסלי, בראמלי, סוטאן, קינגסטאן און קרוידאן. איינע פון די סיבות איז אז אין דרום לאנדאן איז שוין געווען א גרויסע נעצווערק פון עלעקטרישע באנען, וואס זענען א חשובער טייל פון די דרום'דיקע באנען אין ענגלאנד.

דער זעקסטע בארא אן דינסט איז האקני, וואס איז אבער באדינט פונעם נייעם לאנדאנער איבערגרונד, א נייע באן סיסטעם וואס פירט די נארד לאנדאן ליניע, און גייט עפענען די באנייטע מזרח לאנדאן ליניע אין 2010.

אינטערנאציאנאלע פארבינדונגען

דער אונטערגרונט באדינט היטרא פלוגפארט פאר נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע פליען; און סט פאנקראס אינטערנאציאנאל פאר אייראסטאר באנען קיין דער אייראפעאישער יבשה.

ארומפֿארן

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 History. Transport for London. Retrieved on 2007-03-31.
  2. Key facts. Transport for London. Retrieved on 2007-03-31.
  3. מוסטער:Cite press release

This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.


Giant Panda

Mercedes Car
James Bond Guide
This site monitored by SitePinger.net