לאנדאן

Article on other languages:

del.icio.us del.icio.us
Digg Digg
Furl Furl
Reddit Reddit
Rojo Rojo
Add to OnlyWire

לאנדאן איז די הויפטשטאט פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך.

זי איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר ג'תת"י דורך די רוימער.

הײַנט איז לאנדאן פֿון די וויכסטיגע צענטערס, סײַ פֿון האנדל, סײַ פֿון פֿינאנץ, סײַ פֿון קולטור. לאנדאן איז די שטאט מיט דער גרעסטער באפֿעלקערונג אין דעם אייראפעישן פֿארבאנד, מיט 7.5 מיליאָן אײַנוווינער. צוזאמען מיט דעם ארומיגן ראיאן איז די באפֿעלקערונג צווישן 12 און 14 מיליאן.

לאנדאן איז אן אינטערנאציאנאלער טראנספארט מיטלפונקט: זי האט פינף אינטערנאציאנאלע פֿלוגפארטן און אויך א פארט פֿאר שיפֿן. דער הויפט פֿלוגפארט, היטרוי, האט פינף טערמינאלן און עס פֿארט דורך עם מער אינטערנאציאנאלע פאסאזשירן ווי סײַ וועלכן ערפארט אין דער גאנצער וועלט.

אינהאַלט

געאגראפיע

לאנדאן האט עטלעכע באדייטונגען. אין דעם הארצן פון לאנדאן איז די אנטיקע שטאט פון לאנדאן.

היסטאריע

רעגירונג

טראנספארט

די טורם בריק איז פון די מערסטע דערקענט בריקן אין דער וועלט.

טראנספארט איז איינער פון די פיר שטחים פון פאליטיק געפירט דורך דעם מייאר פון לאנדאן. דאס פובליקע טראנספארט נעצווערק וואס טראנספארט פאר לאנדאן פארוואלטעט (TfL), איז דאס ברייטסטע אין דער וועלט, ,[1] אבער זי לייט פון געדראנג און פארלעסליכקייט פראגעס, וואס מ'זוכט צו לייסטן מיט א גרויסן אינוועסטיציע פראגראם, כולל £7 ביליאן (€10 ביליאן) פארבעסערונגען פלאנירט פאר די אלימפיקס.[2] לעצטנס איז לאנדאן פארלויבט אלס די שטאט מיט דעם בעסטן פובליק טראנספארט.[3]

ציקלען ווערט א פאפולערער וועג ארומצופארן אין לאנדאן.

באנען

דער לאנדאנער אונטערגרונד איז די עלטסטע, לענגסטע און טייערסטע מעטרא סיסטעם אויף דער וועלט, דאטירנטיג פון 1863.[4][5]

דער צענטראלפונקט פון דער פובליק טראנספארט נעצווערן איז דער לאנדאנער אונטערגרונד — וואס מ'רופט אין אלגעמיין דער "טיוב"— וואס האט עלף צווישנפארבונדענע ליניעס. It ער איז די עלטסטע, לענגסטע און טייערסטע מעטרא סיסטעם אויף דער וועלט, דאטירנדיג פון 1863.[4][5] די ערשטע אונטערגרונטיגע ליניע איז געווען, די סיטי & דרום לאנדאן באן, וואס האט אנגעהויבן ארבעטן אין 1890.[6] יעדן טאג זענעו דא מער ווי דריי מיליאן רייזעס אויף דער אונטערגרונד נעצווערק, בערך 1 ביליאן א יאר.[7] דער אונטערגרונד באדינט דעם צענטראלן ראיאן פון לאנדאן און רוב פארשטעט צפון פונעם טעמז; די דרומדיקער זענען באדינט פון א ברייטער איבערפלאכיגער באן נעצווערק.

לאנדאן האט אויך א צווייטע 'מעטרא' סיסטעם, דאקלאנדס לייכטע באן, וואס ניצט קלענערע און גרינגערע צוגן. די באן האט געעפנט אין 1987 צו באדינען מזרח לאנדאן און גריניטש, פון ביידע זייטן פון דעם טעמז טייך.

רוב פון די צווישנשטעט באנען פארן נישט אדורך לאנדאן, נאר זיי ענדיגן אין איינער פון די פערצן סוף-סטאנציעס ארום דעם צענטער פון לאנדאן. דער איינציגער אויסנאם איז די טעמזלינג רוטע, וואס ווערט אפערירט היינט פון ערשטער קאפיטאל קאנעקט, צווישן בעדפארד און ברייטאן, פארנדיג אדורך לאנדאן.

הויכע-גיך אייראסטאר באנען פֿארבינדן סט פאנקראס אינטערנאציאנאל מיט ליל און פאריז אין פראנקרייך, און בריסל אין בעלגיע. מיט רייזע צייטן קיין פאריז (2ש 15מ) און בריסל (1ש 51מ) איז לאנדאן געווארן נענטער צו קאנטינענטאלער אייראפע ווי אנדערע שטעט אין בריטאניע, א דאנק דער נייער היי ספיד 1 גערעלס פֿארבינדונג צו דעם קאנאל טונעל. פֿון 2009 וועט די ליניע אויך טראגן הויך-גיך אינלענדישע נסיעות פֿון קענט קיין לאנדאן.


בוסן

The modern Enviro 400 double decker bus operating services on route 24

די לאנדאנער בוס נעצווערק איז פון די גרעסטע אין דער וועלט, ארבעטנדיג 24 שעה אין דער טאג, מיט 8,000 בוסן, 700 בוס רוטעס און העכער פון 6 מיליאן פאסאזשיר נסיעות יעדן וואכנטאג.


לופט

היטרוי ערפארט איז דער וועלט'ס מערסט פארהאוועטער ערפארט לויט דער צאל פון אינטערנאציאנאלע פאסאזשירן

לאנדאן איז א הויפט אינטערנאציאנאלער לופט טראנספארט קנופ. ס'זענען דא אכט ערפארטן וואס רופן זיך "לאנדאן ערפארט", אבער דער עיקר פארקער פארט אדורך פינף הויפט ערפארטן.

לאנדאן היטרוי ערפארט איז דער וועלט'ס פארהאוועטסטער ערפארט פאר אינטערנאציאנאלן פארקער, און איז דער הויפט קנופ פאר'ן נאציאנאלן פאנטרעגער, בריטיש איירווייס. היטרוי באהאנדלט אינלענדישע, אייראפעישע און צווישן-קאנטינענטאלע פאסאזשער פליען. מ'הייבט אן מיט פלענער פאר א זעקסטן טערמינאל, כאטש די שכנותדיגע איינוואוינערס דערגעגן זיך שטארק.[8] אן ענלעכער פארקער, מיט אויך עטלעכע ביליגע קורצער-מהלך פליען, ווערט באהאנדלט דורך לאנדאן גאטוויק ערפארט.. לאנדאן סטאנסטעד ערפארט און לאנדאן לוטאן ערפארטבאדינען בעיקר ביליגע קורצער-מהלך פליען.

שאסייען

שוועסטער שטעט

גרעסערע לאנדאן אויטאריטעט

בערלין, דייטשלאנד;
בייזשינג, כינע;
מאסקווע, רוסלאנד;
ניו יארק סיטי, פאראייניגטע שטאטן;
Coat of arms of département 75 פאריז, פראנקרייך;
טעהראן, איראן
יאפאן
באגאטא, קאלאמביע


רעפערענצן

  1. מוסטער:Cite news
  2. London 2012 Olympic Transport Infrastructure. Retrieved on 2007-08-17.
  3. London voted best for transport. BBC News (2006-08-29). Retrieved on 2007-08-09.
  4. 4.0 4.1 Transport for London. London Underground: History. Retrieved on 2006-09-17.
  5. 5.0 5.1 "Beijing plans to overtake London with world's longest subway", Guardian Unlimited, Retrieved on 2007-12-14.
  6. Schwandl, Robert (2001) London Underground UrbanRail.net. Retrieved on 2006-09-24.
  7. "וויאזוי בעסט ניצן די לאנדאנער אונטערגרונט", The Travel Insider, 4 July 2004 (last updated: 8 May 2006). Retrieved on 2006-06-03.
  8. וועגן היטרוי, BAA Heathrow. Retrieved on 2006-09-17.

This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.


Giant Panda

Mercedes Car
James Bond Guide
This site monitored by SitePinger.net