|
יום טוב איז א גוטער טאג, ביי אידן. וואס איז א יומא דפגרא. מ'מאכט גרויסע סעודות. און מען איז פרייליך און גוטמוהטיג, געווענליך איז דאס אויך א רוה טאג דורכן אפפייערן.
ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען יעדן יום טוב מקריב געווען ספעציעלע קרבנות אויפן מזבח.
ביי די תורה טערמענאלאגיע איז דאס אנגערופן חג לה', איז געקומען די גמרא אין געזאגט חציו לה' וחציו לכם, אבער היינט הייסט א חג וואס איז גארנישט מיטן אידישן גאט א חגא.
אידישע ימים טובים פון די תורה
- פסח (חג המצות)
- שבועות (עצרת, חג הביכורים)
- ראש השנה (בכסא ליום חגנו)
- יום כיפור (שבת שבתון)
- סוכות (חג האסיף)
- שמיני עצרת (עצרת)
דאס זענען די 6 ימים טובים פון די תורה.
ווען איז יום טוב
פסח הייבט זיך אן דעם 15'טען טאג אין ניסן.
שבועות איז 7 וואכן נאכ'ן עומר. וואס קומט אויס 6 טאג אין סיון.
ראש השנה איז דער ערשטער טאג אין תשרי.
יום כיפור איז דער צענטער טאג אין תשרי.
סוכות הייבט זיך אן דעם 15'טען טאג אין תשרי.
שמיני עצרת איז א טאג נאך וואס סוכות ענדיג זיך. (אויפהאלטונג).
|