|
טעלעקאמוניקאציע איז די טראנסמיסיע פון סיגנאלן אריבער א מהלך פארן צווען פון קאמוניקאציע. אמאל פלעג מען דאס פועלן מיט רויך סיגנאלן, פויקן, סעמאפאר אדער פֿענער. הײַנטיגע צײַטן איז טעלעקאמוניקאציע אויסגעפירט עלעקטראניש מיט, למשל, טעלעפאן, ראדיא און קאמפיוטער. די ערשטע אויסגעפֿינערס אינעם פֿעלד פון טעלעקאמוניקאציע זענען געווען אלעקסאנדער גראהאם בעל, גוגליעלמא מארקאני און זשאן לאגי בערד. טעלעקאמוניקאציע איז א חשובער טייל פון דער וועלטליכער עקאנאמיע; די אינדוסטריע איז געשעצט מיט א ווערט פֿון $1.2 טריליאן טאלער אום 2006.
|