|
Article on other languages:
|
טוריזום איז מאַכן רײַזעס אָדער נסיעות פאר פארוויילונג און לוקסוס צילן. עס איז כולל די גאנצע אינדאסטריע און אויך די רעגירונגס אויפגאבע וואס פארנעמט זיך צוצישטעלן די סערוויסעס פאר אלע רײַזעס און וואקאציעס אדער אויספלוגען עקענאמיע, ווי פארקס האטלען עירלייןס און אזוי ווייטער. טוריסטען הייסן די מענשטן וואס ווייל אין אנדער לאנד אדער סביבה פון זייער געוועניליכע היים, פאר ביזנעס אדער הנאהדיגע צילן פאר א לענגערע צייט אפשניט. טוריזם ווערט מער און מער פאפולער איבער זיבן הונדערט מיליאן מענשטן ווערן געשאצט וואס באנוצען זיך מיט דעם דורך די וועלט. פארשידענע לענדער זענען מער אנגעוויזן אויף די טוריזם אינדאסטריע צו עקזעסטירן, ווי למשל ארץ ישראל מאכט א גרויס טייל פון איר בוזשעט פון רעליגיעזע באזוכער וואס ווילן בייוואונען און טורן די הייליגע לאנד פאר רוב רעליגיעס. |
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net