|
Article on other languages:
|
חינוך אדער ערציאונג (אדער ווי זיין עלטערע נאמען בילדונג) איז דער ערציאונג פון א קינד ווען ער איז נאך קליין. א מענטש ווערט געפארעמט זיין געדאנקען און פירונגען פון אלעס און אלעמען ארום. די וואס געבן זיך אפ מיט דעם זענען לערערין'ס און עלטערן. היסטאריעפארצייטנס האט יעדער טאטע געדארפט לערענען פריוואט מיט זיין קינד אדער אים באזארגן א פריוואטער לערער זאל לערענען מיט זיין קינד, וואס דערפאר האבן פילע קינדער נישט געלערנט אין קיין שולעס, און אויסגעוואקסן אוילע פויערס און עם הארצ'ים. ביים ענדע פון די 19טע י"ה איז אריין אין די וועסטליכע קולטור א רעפארמע אז די רעגירונגען מוזן באזארגן גרונדשולס פאר זייערע אלע בירגער אויף אומזינסט, אבער די מיטלשולעס און קל וחומר די אוניווערסיטעטן און קאלעדזשן וואס דארט האט מען שטודירט הויכע לימודים האט דאן געקאסט געלט. א צייט שפעטער איז אויך די גרונדשולעס געווארן א טייל פון די רעגירונגס פארפליכטונגען און נאר די אוניווערסיטעטן מיט די קאלעדזשן זיינען געבליבן אונטער פריוואטע געזעלשאפטן. היינט אין פילע אייראפישע לענדער שטיצט די רעגירונג און צאלן אויס א טייל פון די לימודים אויך אין די אוניווערסיטעטן פאר זייערע בירגער. בילדונג אין מדינת ישראלאין מדינת ישראל איז דא דריי אפיציעלע חינוך אינסטיטוציעס וואס ווערן געשטיצט דורך די משרד החינוך:
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net