|
Article on other languages:
|
מיינסטו זיכערהייט? בטחון איז טראסטן זיך אליינס אדער אן אנדערן. מען פילט זיך זיכער עמאציאנאל אין לעבן. אידישקייטאין אידישקייט איז דא א באגריף אז מען טאר נישט טראסטן קיינעם בלויז גאט. דאס איז דער אמונה אין א העכערן כח מיט א פעלזן פעסטער אנטשלאסנקייט, עס קומט פון ווארט אין לשון קודש נאמנות און בטח: געטרייע באגלייבטקייט און זיכערקייט, און ענגליש טיישט דאס זיך אפ "טראסט". ביי אידן נוצט מען דאס צו זאגן אז מיר גלויבן אין גאט. אדער ביי חסידים איז דאס אמונת צדיקים, זיי גלייבן אז דער רבי איז הייליג, און ער קען פועל'ן ישועות. אמונה ווערט צעטיילט אין 5 הויפט תולדות מעשיות וואס איז מחייב דעם מענטש צו לעבן מיט; 1. יראת ה'; 2. בטחון; 3. אהבת ה'; 4. דבקות; 5. עבודת ה'. וויסן קעגן גלויבןאדער בעסער געזאגט: אמונה פשוטה וואס דאס איז גלויבן קעגן פילאזאפיע וואס וויל מער זיך פארלייגן אויף דעם וויסן פון באשעפער. אין מער פרומע קרייזן האט זיך אוועקגעשטעלט א יסוד אין אידישקייט, אז מען טאר נישט זיכן און פרעגן, נאר גלייבן ווי א ראבאט מאשין אן קיין בירורים. דאס האט זיך אנטוויקעלט אין די צייטן פון רמב"ם, ווען זיינע תלמידים זענען אראפ פון אידישן וועג צוליב זיין פאלאזאפיע שיטה. לויט זיי איז דער אמונה דורך לערנען אביי ורבא, גמרא רשי און תוספות, און נישט דורך חקרענען און זיך פארטיפן אין די נאטור און וועגן פון באשפער. און ווי ווייניגער מען פארשטייט אלס בעסער איז די אמונה ווי מ'זעהט אייביג אין שווערע צייטן האט כלל ישראל איבערגעלעבט בזכות נשים צדקניות, וואס זיי זענען דער מערסטע אומוויסענד אין טראכטן, און דאס איז זיי בייגעשטאנען די תמימות צו ראטעווען אונזער פאלק. אבער סאיז דא פרומע וואס האבן יא אנגענומען די רמב"ם'ס מהלך פון פיליזאפיע, אז מען קען נישט באמת גלייבן אן זיך פארענטפערן די שוועריגקייטן און זיך פלאגן צו פארשטיין די שווערע חכמה פון דעת ה'. ווייל אמונה פשוטה איז אפשר גוט און וואול ווען מען האט נישט קיין שוועריגקייטן און די באן פארט, אבער יעדעס קליינעם נסיון קען דאס אויפשאקעלן, דאן ווערט מבורר למפרעאז דאס איז נישט געווען קיין גלויבן, נאר בלויז א נישט נישט גלויבן, און מיר זענען באפוילן צו גלייבן און נישט נישט צו גלייבן. שלושה עשר עיקריםדער רמבם האט אוועגעשטעלט 13 הויפט אמונות וואס יעדער איד מוז גלייבן.
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net