|
ווינסטאָן טשערטשיל - Winston Churchill (געבוירן כ"א כסליו ה'תרל"ה ; 30 נאוועמבער 1874 - געשטארבן כ"א שבט ה'תשכ"ה ; 24 יאנואר 1965) איז געווען א בריטישער פאליטיקער וואס האט געדינט אלס פרעמיער מיניסטער פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך במשך דעם צווייטן וועלט קריג און נאכאמאל פון 1951 ביז 1955. ער איז אויך געווען אן אפיציר אין דער בריטישער ארמיי, א שרייבער פון היסטאריע און א קינסטלער. פון 1900 ביז 1964 איז ער געווען א מיטגליד אינעם פארלאמענט פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.
ציונות
אין חודש אדר ה'תרפ"א (מערץ 1921) איז ער געקומען אויף א באזוך אין ארץ ישראל (וואס דאן איז דאס לאנד געווען אונטער א מאנדאט פון דער בריטישער רעגירונג) די אראבער האבן דאן געפאדערט פון אים מבטל צו זיין דעם געדאנק פון ציונות און אויפשטעלן א רעפרעזענטאטיווער רעגירונג פון די איינוווינער אין ארץ ישראל וואס וועט ווארשיינליך זיין אן אראבישע רעגירונג (ווייל דאן זיינען די אראבער געווען 80% איינוווינער קעגן 20% יידן), אויך האבן זיי געפאדערט צו פארמיידן די אימיגראציע גרופעס וואס זיינען געקומען קיין ארץ ישראל. אבער טשערטשיל האט אפגעשלאגט דיזע פארשלאג ווייל די בריטן האבן זיך מחייב געווען צו אויספירן באלפורס דעקלעראציע, און אלס דעם האבן די אראבער איניציאטירט דער שרעקליכער תרפ"א ראיאטן.
גלייך נאך דער אויפרוהר האט טשערטשיל אויספארמירט א נייע דיפלאמאטיע און געשריבן דער ערשטער ווייסער בוך וואס האט באשטימט נייע תקנות פאר דער ציוניסטישער געדאנק.
|