ווינדאס וויסטע

Article on other languages:

del.icio.us del.icio.us
Digg Digg
Furl Furl
Reddit Reddit
Rojo Rojo
Add to OnlyWire
א שרימדרוק פון די ענגלישע ווערסיע
א שרימדרוק פון די ענגלישע ווערסיע

ווינדאוס וויסטע (Windows Vista) איז דער נאמען פון די לעצטע אפערעיטינג סיסטעם וואס מייקראסאפט ווינדאוס האט באפרייט. דאס באניצט פאר א פערזענליך קאמפיוטער, (ענטהאלטן פאר דאס הויז און פאר דאס געשעפט,) פאר א נאטיצבוך קאמפיוטער, אונד מעדיע צענטרום. בעפאר זיין אנמעלדונג אין ט"ו תמוז ה'תשס"ה ; 22 אין יולי 2005, איז Vista געווען באקאנט מיט זיין קאודנאמען Longhorn.

י"ז חשוון ה'תשס"ז ; נאוועמבער 8 2006 איז די אנטוויקלונג פון ווינדאוס וויסטע געווען גענצליך, און יעצט איז דאס אין א באפרייאונג געשטעל ; מייקראסאפט האט דערקלערט אז די געפלאנטע דאטע צו דאס פראדוקטירן פאר די גאנצע וועלט איז י"א שבט ה'תשס"ז ; יאנואר 30 2007.

די באפרייאונג קומט 5 יאר נאך ווינדאוס XP באפרייאונג, וואס דאס איז די לענגסטע צייט-ציהונג צווישן אפערייטינג סיסטעמס וואס מייקראסאפוט האט פראדוקטירט ביז אהער.

פאלגנדיג איז א ליסטע פון ווינדאוס וויסטע פעקלען:

  • Windows Vista Starter - זייער א בעגרעניצטע און ביליגע ווערסיע פאר פרימיטיווישע און ארימע לענדער וווו דער ווינדאוס איז נאר אין וואס אריין אין מארקעט.
פון אירע באגרעניצטע פונקציעס: 1) שטיצט נאר א 32-BIT פראצעסער. 2)מען קען נוצן נאר 3 קאמפיוטער פראגראמען אין איין וויילע. 3) עס שטיצט נישט א קאמפיוטער נעטווארק (עס שטיצט נאר א אינטערנעט-נעטווארק). 4) דאס קומט אָן AERO אינטערפעס.
  • Windows Vista Home Basic - א גרונדענע ווערסיע פון ווינדאוס פאר דאס הויז וואס קומט נישט מיט נעטווארק קאנפיגוראציעס און AERO אינטערפעם.
  • Windows Vista Home Premium - די ווערסיע איז אויך פאר הויזלעכע באניצערס, אבער דאס דינט אויך אלס א מעדיע צענטרום אויף צו ארגאניזירן מולטימעדיע, ווידיא-באארבייטן און נאך.
  • Windows Vista Business - די ווערסיע איז ענדלעך צום Windows XP Professional וואס דינט פאר ביזנעס אין בירא אדער אין הויז. אין די ווערסיע פעלט געוויסע מעדיע פונקציעס וואס דער Home Premium האט.
  • Windows Vista Enterprise - די ווערסיע איז געמאכט פאר גרויסע ביזנעס געשעפטן וואס האט אין זיך פארגעשריטענע פונקציעס.
  • Windows Vista Ultimate - די ווערסיע האט אין זיך אלע פריעריגע פונקציעס.
ווינדאוס אפערעיטינג סיסטעםס

MS-DOS | ווינדאוס 1.0 | ווינדאוס 3.11 | ווינדאוס 95 | ווינדאוס 98 | ווינדאוס NT | ווינדאוס ME | ווינדאוס 2000 | ווינדאוס XP | ווינדאוס סערווער 2003 | ווינדאוס וויסטע | ווינדאוס זיבן

This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.


Giant Panda

Mercedes Car
James Bond Guide
This site monitored by SitePinger.net