|
ווינדאוס ME איז א גראפיקעל יוזער אינטערפעס (GUI) אפערעיטינג סיסטעם וואס איז דערשינען געווארן 14 אין סעפטעמבער 2000, ארויסגעגעבן דורך מייקראסאפט, עס ערזעצט ווינדאוס 98, און עס איז די לעצטע פון 3 אפערעיטינג סיסטעם'ס פון די ווינדאוס 9X פאמיליע, וואס איז געבויעט אויף דעם DOS אפערעיטינג סיסטעם.
איבערבליק
ווינדאוס ME איז געווען א שטיקעל דורכפאל פאר מייקראסאפט, עס איז ארויס געקומען 7 חדשים נאך ווינדאוס 2000 און וויבאלד ווינדאוס 2000 (דער NT קערל) איז נאך נישט גרייט פאר די קאנסומער ווייל רוב קאמפיוטער שפילערייען פון יענע צייט און אסאך קאנסומער פראגראמען האבן נאך נישט געארבעט מיט ווינדאוס 2000, האט מייקראסאפט ארויס געגעבן ווינדאוס ME אבער עס איז נישט געווען צו שטארק סטאביל, און עס האט געהאט פארשידענע פראבלעמען, ממילא איז עס נישט געווארן צו אויפגעכאפט.
|