העקס

Article on other languages:

del.icio.us del.icio.us
Digg Digg
Furl Furl
Reddit Reddit
Rojo Rojo
Add to OnlyWire

העקס (פון גריכיש: έξι = זעקס) איז א נומערן סיסטעם וואס איז געבויט אויף א באזע זעכצען. דאס ווארט העקס איז א פארקיצערונג פון "העקסאדעצימאל"

אינהאַלט

סימבאלן

0hex = 0dec = 0oct 0 0 0 0
1hex = 1dec = 1oct 1 0 0 0
2hex = 2dec = 2oct 0 1 0 0
3hex = 3dec = 3oct 1 1 0 0
4hex = 4dec = 4oct 0 0 1 0
5hex = 5dec = 5oct 1 0 1 0
6hex = 6dec = 6oct 0 1 1 0
7hex = 7dec = 7oct 1 1 1 0
8hex = 8dec = 10oct 0 0 0 1
9hex = 9dec = 11oct 1 0 0 1
Ahex = 10dec = 12oct 0 1 0 1
Bhex = 11dec = 13oct 1 1 0 1
Chex = 12dec = 14oct 0 0 1 1
Dhex = 13dec = 15oct 1 0 1 1
Ehex = 14dec = 16oct 0 1 1 1
Fhex = 15dec = 17oct 1 1 1 1

ציילן

צו ציילן אין העקס פאנגט מען אן פון 0 און מען לייגט צו דעם קומענדיגן סימבאל אין ראנג פאר די קומענדיגע נומער, אזוי אז 7 איז זיבן, A איז צען, און F איז פופצן. (זעט טאבעלע אויבן.)

ווען מען האט שוין נישט קיין סימבאלן, לייגט מען צו א קאלום וואס ווייזט וויפיל מאל מען זאל אויסרעכענען דעם בעיס זעכצן. אזוי אז 10 איז זעכצען און 27 איז ניין און דרייסיג ווייל עס מיינט צוויי מאל זעכצן (פון די זעכצנער קאלום, וואס איז איין מאל זעכצן) מיט זיבן, וואס איז צוזאמען ניין און דרייסיג.

און 4567 איז זיבעצן טויזנט זיבן הונדערט זיבן און זעכציג, ווייל עס מיינט פיר מאל זעכצן מאל זעכצן מאל זעכצן (פון די פיר טויזנט זעקס און ניינציג קאלום) מיט פינף מאל זעכצן מאל זעכצן (פון די צוויי הונדערט זעקס און פיפציגער קאלום, וואס איז איין מאל זעכצן מאל זעכצן) מיט זעקס מאל זעכצן מיט זיבן, וואס צוזאמען איז זיבעצן טויזענט זיבן הונדערט זיבן און זעכציג.


פארקירצערונג פון ביינערי

ביינערי נומערן סיסטעם איז די ריכטיגע נומערן סיסטעם וואס א קאמפיוטער ניצט, אבער מיט ביינערי ווערן נומערן זייער לאנג צו שרייבן, און דעריבער זייער שווער צו ליינען. למשל הונדערט טויזנט וואס מען שרייבט אין דעסימאל 100000 שרייבט מען און ביינערי 11000011010100000 און אין העקס 186A0.

עס קומט אויס אז יעדער פינגער (דיג'יט) אין העקס ווייזט די זעלבע וואס פיר פינגער אין ביינערי, אזוי אז א בייט וואס איז אכט פינגער אין ביינערי איז נאר צוויי פינגער אין העקס.


זעט אויך

This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.


Giant Panda

Mercedes Car
James Bond Guide
This site monitored by SitePinger.net