|
Article on other languages:
|
הכרת הטוב איז אנערקענען א גוטע חסד וואס איינער האט געטאן מיט מיר, געוויינליך געבט מען א מתנה דאס ארויסציווייזן. עס איז אנגענומען זיך צו באדאנקן שטענדיג ווען איינער טוט א טובה. אבער עס קען אויך מיינען אז איר באגרייפט נישט ווער, וואס און וויאזוי איר האט דאס באקומען דאך זענט איר דאנקבאר. אזוי אין רעליגיע, וואס מ'לייגט אן אלעס אויף א מיסטירישע פארהוילענקייט וואס מ'רופט אן גאט. (אויף די צרות בלעימט מען זיך אליינס) מעלות פון אנערקענען
אידישקייטדי גאנצע דאווענען און בכלל דאס לעבן פון עבודת ה' דורך מצוות און מעשים טובים איז באזירט אויף דעם דאזיגען געפיל. עס איז א פליכט צו מאכן 100 ברכות יעדן איינציגן טאג צו זיין פארטאן דורכאויס אין דעם געפיל. פאר די זון, קליידונג, אויפשטיין, ארויסגיין, עסן, גיין, שמעקן, ליכטיגקייט, נאכט, שלאף, אויגן, פרייהייט, פוס, שטיין, ערד, און אזוי ווייטער. ווען מען איז שטענדיג אנערקענבאר צו יעדע סעקונדע פון די גוטס פון לעבן האט די לעבן א פילקייט פון פרייד און א מיינונג און א ציל. יעדער זיבעטער טאג סוף פון וואך אין שבת מוזן מיר רוען, און נישט גיין ארבייטן א גאנצן טאג מקדיש זיין פאר דעם געפיל פון אנערקענען און פייערן די גאנצע נאטור באשאפונג דורך זיך צוזאצזעצן ביי 3 סעודות מיט די פאמיליע און זינגן און לויבן אויף אונזער לעבן.
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net