|
Article on other languages:
|
דער בלאט וויאזוי צו רעדאקטירן א בלאט איז הילף ווי אזוי צו רעדאקטירן ארטיקלען אין דער וויקיפעדיע. (זעט אויך הילף:אנהייבן א נייעם בלאט צו לערנען זיך ווי צו שאפן א נייעם ארטיקל). כדי צו רעדאקטירן אן עקזיסטירענדן ארטיקל, טוט א קוועטש אויפן "רעדאַקטירן" קנעפל (טאב) וואס ליגט גאנץ אויבן פונעם ארטיקל, דאס וועט אייך צוברענגען צו א זייטל וואס אין איר וועט איר זען א קעסטל וואס אנטהאלט די גאנצע אינהאלט פונעם ארטיקל. אין דעם קעסטל קענט איר רעדאקטירן דעם ארטיקל.
קורץ ווארט: פארוואס און וואס האט איר גענדערט?אונטער דעם גרויסן קעסטל, וועט איר זען א קליין קעסטל מיט רויטע ווערטער געשריבן: "קורץ וואָרט: וואס און פארוואס האט איר געטוישט?". אין דעם קורצן קעסטל ברויכט איר צו שרייבן קורץ און שארף וועלכע ענדערונגען האט איר געטוישט אינעם ארטיקל און פארוואס האט איר געטוישט. צום ביישפיל, אויב האט איר דאטירט דעם געבוירן-טאג פון עפעס א פערזענלעכקייט, שרייבט: "דאטירט זיין געבוירנטאג" אד"ג. (זעט מער הילף:קורץ ווארט). פאראויסדיגע ווייזונגאצינד ווען איר האט געענדיקט מיטן שרייבן קענט איר א קוועטש טאן אויפן "פארויסדיקע אויסקוק" קנעפל. דאס וועט אייך ווייזן ווי אזוי וועט אויסזען דער ארטיקל נאך אייער טויש. אויב איז דער נייער אויסזעהן געארדנט און פאסיק גיט א קוועטש אויפן "אויפהיטן דעם בלאט" קנאפ. די ענדערונג סיסטעםעס טרעפט זיך צומאל אז איינער וועט אפשרייבן א גענצליכן ארטיקל, גוט אויסגעלייגט מיט א גוטער שפראך און אפשר אפילו מיט בילדער און מקורות. ווען דאס פאסירט איז עס א געשמאק צו זען. דאס איז אבער א זעלטנהייט. די מערהייט פון וויקיפעדיע ארטיקלען ווערן געשריבן קודם קורץ דורך איינעם, און דערנאך קומען אנדערע און פארבעסערן אים ביז ער ווערט א גענצליך אויסגעארבעטער ארטיקל. דאס איז די מעלה פון דער וויקי סיסטעם. אן ארימע ארטיקל פון אפאר שורות קען זיך מיט די צייט אנטוויקלען צו אן הערליך אויסגעארבעטע מייסטערווערק. יעדע באנוצער איז אויפגעפאדעט צו ענדערן און מעקן און טוישן וואס ער האלט איז מער אויסגעהאלטן אין אן ארטיקל. וויקיפידיע איז א רשות הרבים וואס מיטן כוח הרבים קען מען אהערשטעלן א געשמאקע ריזן וועלט פון אינפארמאציע וואס זאל זיין ריכטיק און אויסגעהאלטן ווי ווייט מעגליך. וויכטיגע אנווייזונגןדי וויקיפעדיע באנוצער האבן פארשידענע צוגאנגען צו שרייבן און ענדערונגען. דער הויפט פונקט איז אז אלע זאלן ארבעטן געמיינזאם און גוטוויליג אויף צו פארבעסערן דעם ענציקלאפעדיע. דאך זענען דא אפאר אנווייזונגען וואס איז ווערט מען זאל געדענקען. די אפיציעלע פאליסיסעס איז ראטזאם אז באנוצער באקענען זיך מיט די אפיציעלע פאליסיס און אנווייזונגען פאר די יידישער וויקיפעדיע. דאס מאכט זיכער אז אלע פארשטייען די הויפט יסודות פון וויאזוי עס גייט צו דאס שרייבן און פארעכטן וויקיפעדיע בלעטער. קליק דא פאר די אפיציעלע פאליסיס און אנווייזונגען זיי דרייסט ביים ענדערןעס איז וויכטיג אז מענטשן זאלן זיך פילן פריי צו טוישן און פארבעסערן אן מורא אז מען וועט עפעס קאליע מאכן. עס פארשטייט זיך אז צו יעדן כלל איז דא א יוצא מן הכלל, און כאטש איר זענט געראטן צו זיין דרייסט, איז אבער דא פעלער, ווי צ.ב.ש. קאנטראווערסיעלע אדער לאנג אויסגעארבעטע ארטיקלען, וואס עס לוינט זיך קודם איבערצושמועסן אין די רעדן בלעטער אדער דירעקט מיטן שרייבער וואס האט דאס געשריבן אויף זיין באנוצער רעדן בלאט. קליק דא פאר נאך פרטים איבער דעם זיי דרייסט פרינציפ אויסמעקןכאטש עס איז אפטמאל וויכטיג צו מעקן, איז אבער ראטזאם צו זיין פארזיכטיג און זיכער מאכן אז דער מעקן איז דער ריכטיגער שריט. אויב ווילט איר מעקן גרויסע חלקים פון אן ארטיקל, רעדט דאס קודם אדורך אויפ'ן רעדן בלאט. פאלגנד זענען עטליכע גילטיגע סיבות אויף צו מעקן:
צומאל לוינט זיך די פאלגנדע ענדערש ווי מעקן:
אויב האלט איר אז עס איז דוקא יא וויכטיג צו מעקן אדער איבערצושרייבן אינגאנצן, דאן לייגט געמעקטע שטיקלעך וואס זענען ווערט צו דיסקוסירן אין דעם רעדן בלאט. געדענקט: אפילו אויב איר האלט עפעס איז נישט ריכטיג, האט עס אבער איינער געלייגט דארט און מסתם געהאלטן אנדערש ווי אייך. דעריבער, לייגט א באמערקונג אויפקלערנדיג אז דאס איז פאלש. טאמער איר האלט אז דער ענדערונג איז מער נוגע צום באנוצער דאם שרייבט דאס אין דעם באנוצער רעדן. אויב מעקט איר א קעפל אלץ דער יידישער דיאלעקט, ביטע רעכנט זיך מיט אנדערע און קלערט אז טאמער איינער האט אזוי געשריבן מסתם איז זיין דיאלעקט אזוי, און מאכט א רידיירעקט. אז נישט וועט איר באליידיגען דעם אנדערן באנוצער און אים פארטרייבן מיט זיינע אלע חברים וואס רעדן ווי אים יידיש. קאנטראווערסיעלע נושאיםאין א פראיעקט ווי וויקיפעדיע איז נישט מעגליך עס זאל נישט אריינקומען קיין נושאים וואס עס וועט זיין אין דעם שארפע חילוקי דעות. עס איז וויכטיג אז באנוצער זאלן זיך האלטן דעם קאפ און נישט ווערן אריינגעשלעפט אין קריגערייען און טענה'רייען איבער די נושאים. די כוונה פון וויקיפעדיע איז צו האבן קראנטע און מקורות'דיגע אינפארמאציע איבער סיי וועלכע נושא. פאלגענד זענען עטליכע אנווייזונגען אויף דער טעמע:
עס וועט אייביג זיין יחידים מיט שמאָלע אַגענדעס וואָס וועלן מעקן גוטע זאַכן און שרייבן פאַלשע אינפאָרמאַציע. דאָס מערהייט באנוצער וואָס קומען זיך צוזאַמען אויף איין פּלאַץ זיך דורכרעדן, ווערן זייערע פּערזענליכע דיפערענצן פאַרמינערט קעגן דעם מעכטיגען רוב פון זייערע שותפות'דיגע ריכטיגע דעות און אינפאָרמאַציע. קומט אויס אַז סוף טאָג וועט דער אמת זיגן. וויקי איז אַ קאָמפּיוטער פּראָגראַם געווידמעט ספּעציעל צו ערייכען דעם ציל, עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פארעכטן די פאלטשע, פּערזענליכע אדער פארטייאישע אינפאָרמאַציע וואָס פארדרייען דעם אמת. ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלטש איז דער כוhttp://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=װיקיפּעדיע:וויאזוי_צו_רעדאקטירן_א_בלאט&action=historyח הרבים. אַלע תיקונים און רעאַקציעס פון יעדער ענין קען יעדער ליינען און אָפּמאכן אויב עס איז באַרעכטיגט. אויב באַשליסט א ליינער אַז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פארעכטן. אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אַהין און צוריק ווענד אייך צו אן אדמיניסטראטור אדער ווארט אביסל ביז דער וויכוח וועט זיך אפשטילן. דער נושא פון ר' אהרן און ר' זלמן לייב טייטלבוים איז איין אזא ענין וואס טוט זיך אָפּ קאמפן צווישן זיינע חסידים און מתנגדים. אבער דאס ווערט כסדר פאראכטען אהין און צוריק. עס איז ראטזאם אין די פעלער צו זיין שטארק פארזיכטיג זיכער צו מאכן אז מען לייגט אמת'ע, און נייטראלע אינפארמאציע. מיט איינגעהאלטנקייט און אויסגערעכנטקייט וועט דער אמת'ער בילד ארויסקומען פון אלע צדדים אין דעם ענין. טעכנישע הילףהעכער יעדן ארטיקל איז דא פיר טאבס: 1. ארטיקל 2. שמועס 3. רעדאַקטירן 4. פֿריערדיקע ווערסיעס. (אויב זענט איר איינגעשריבן האט איר נאך צוויי טעבס) איר קוועטשט אויפן דריטן טעב: רעדאַקטירן, און הייבט אן מעקן איבערשרייבן ככל הטוב בעיניך. אלע אייער ארבעט גייט אריין אין דער היסטאריע, וואס יעדער איינער וועט קענען זען אין די געשיכטע טאב. און דאס צוריק טוישן דארטן מיט איין קוועטש. |
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net