|
Article on other languages:
|
קורץ ווארט איז א שרייב-קעסטל ביים "ענדערן" בלאט וואס איז באשטימט צו שרייבן א קורץ ווארט וואס וועט זיך צייגן אין די "לעצטע ענדערונגען" בלאט, כדי זאלן די באנוצערס וויסן אין קורצן מיט וואס האט איר פאראכטן די ארטיקל. דאס העלפט אויך צו נאכפאלגן די "געשיכטע" און פארשטיין ווען האט מען געטון וואס. כדי צו פארגרינגערן די באניצערס באשטימען מיר קורצע קאדן וואס וועט באצייכענען וואס האט מען געטון אין די ארטיקל.
אויפמעקזאם! אויב נעמט איר אראפ טעקסט צוליב וועלכע סיבה (אויסער ביי אפענע וואנדאליזם וואס איר קענט שרייבן נאר וו כדי צו נישט געבן אויפמערקזאמקייט פאר דער וואנדאל) מוסט איר שרייבן אן ערקלערונג פארוואס האט איר דאס געטון. אויב אייער ערקלערונג איז לאנג, דארפט איר דאס ערקלערן אין די ארטיקלס רעדן-בלאט אויב אייער פאריכטונג איז קליין, צייכנט אָן א "ווי" נעבן "איך האב נאר געענדערט אַ קלייניקייט". כללו של דבר: איבערהויפט טאר מען קיינמאל נישט צוריקדרייען צו א פריערדיגע ווערסיע אן אן אויפקלערונג אין דעם קעסטל, ווייל דער פריערדיגער באנוצער וועט ווערן באליידיגט אז איר האלט אפילו נישט פאר וויכטיג דאס אויפצוקלערן זיין טעות. אבער אויב דרייט מען צוריק ארבעט פון אַן אויסגערופענער טראל (ביי די קהילה) דארף מען נישט אויסקלערן פארוואס און פארווען.
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net