|
Article on other languages:
|
דעמאקראטיע איז אַ גריכיש ווארט וואס מיינט דעם פֿאָלקס מאַכט. אין די פאליטיק איז דאס א פאליטישע אידיאל באגריף און גאנג, איר געדאנק איז צו ערלויבן יעדן בירגער א טייל נעמען אין דער פירונג פון זיין רעגירונג און אז אלע געזעצן זענען פאר שיצן די אינידווידאולע פרייהייטן, וואס מען קען נישט קיינעם גארנישט באגרעניצן נאר אין צוזאמענהאנג מיט די אייגענע זיכערהייט.
די יסודות פון דעמאקראטיע ביי א רעגירונג
נאטורליכע רעכטונגען און סאציאלישע רעכטונגעןאיינע פון די הויפט יסודות אין דעמאקראטיע איז געבן "נאטורליכע רעכטונגען" פאר יעדער מענטש, ווי: רעכט צו לעבן, רעכט צו פרייהייט (פרייהייט: האבן אייגענע מיינונגען, זיין רעליגיע אדער סעקולערע, ארבייטן, זיך וואנדן אומעטום אין לאנד אדער אין אויסלאנד אד"ג), רעכט צו פארמאגן פארמעגן, רעכט צו זיין גלייכרעכטיק, רעכט צו האבן רעספעקט, רעכט צו האבן פריוואטקייט, רעכט צו האבן א גוטער נאמען בקיצור, רעכט צו זיין א "מענטש". דעמאקראטיע האט אויך א געשטעל צו געבן "סאציאלאגישע רעכטונגען" ווי געזונטהייט, א פלאץ צו וווינען, שטיצן ארבייטלאסיקע, עלטערערע מענטשן, אלמנות אא"וו. די יסודות זיינען נישט אייניק ביי אלע רעגירונגען, די ליבעראליסטישע געדאנק זאגט אז די רעגירונג דארף היטן די פרייהייט פון יעדן מענטש און ווי ווייניגער זיך מישן צו העלפן סאציאלאגיש אויפן חשבון פון פאדערן שטייער פון דער אלגעמיינער בירגער. אבער די סאציאל דעמאקראטישע געדאנק האלטן אז סאציאלאגישע רעכטונגען איז אזוי ווי נאטורליכע רעכטונגען, און די מדינה דארף שנארן פון די בירגער כדי צו העלפן די שוואכערע מענטשן. א ליבעראלישע רעגירונג (ווי אמעריקע) וועט פאדערן ווייניגער שטייער פון די בירגער און ווייניגער העלפן די שוואכע (זיי וועלן העלפן בעיקר צו נאטורליכע רעכטונגען און נישט צו סאציאלאגישע רעכטונגען), און א סאציאל דעמאקראטישע רעגירונג (ווי מדינת ישראל) וועלן פאדערן הויכע שטייער פון די בירגער כדי צו העלפן די שוואכע. פאלקס רעכטונגעןאזעלכע גרופעס וואס האבן אן אייגענעם שניט און נאציאנאליזם, ווי רעליגיע א.ד.ג. פאדערן זייערע רעכטונגען פון די רעגירונג צו היטן זייער מסורת, אויך לגבי דעם דיסקוטירן זיך די ליבעראלישע צוגאנג מיט די אלגעמיינע דעמאקראטישע צוגאנג. לויט די ליבעראלישע צוגאנג (ווי אין אמעריקע) דארף נישט די רעגירונג שטיצן די קליינע פעלקער/גרופעס אין זייער מדינה. און לויט די אנדערע צוגאנג (ווי אין מדינת ישראל), דארף די רעגירונג זארגן פאר די קליינע גרופעס. ווי צ.ב.ש. לאזט די מדינה א זעלבסטשטענדיגע חינוך, און צומאלן אויך א זעלבסטשטענדיגע הערששאפט פאר די גרופע אין א געאגראפישע טעריטאריע.
אנדערע סארטן רעגירונג הערשאפט זיינען
דעמאקראטיע אין די תורהווען משה רבינו האט פארגעלייגט די תורה-געזעצן פאר די יידן, האט ער פריער גענומען זייער הסכמה דערפון, אזוי ווי עס שטייט (שמות כ"ד ג'): וַיָּבֹא מֹשֶׁה, וַיְסַפֵּר לָעָם אֵת כָּל-דִּבְרֵי יְהוָה, וְאֵת, כָּל-הַמִּשְׁפָּטִים; וַיַּעַן כָּל-הָעָם קוֹל אֶחָד, וַיֹּאמְרוּ, כָּל-הַדְּבָרִים אֲשֶׁר-דִּבֶּר יְהוָה, נַעֲשֶׂה... וְנִשְׁמָע. דרויסנדיגע לינקן
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net