|
Article on other languages:
|
דזשארדזש וואקער בוש (ענגליש: George Walker Bush), (געבוירן יולי 6, 1946), איז דער 43טער פרעזידענט איבער אַמעריקע. בוש איז געבוירן אין 1946 (ה'תש"ו), אין שטאַט אויף קאניטיקעט, און איז א רעפובליקאנער. בוש האט צוויי טעכטער א צווילינג. ער איז געווארן איינגעשוואוירן אין יאר ה'תשס"א אויף פיר יאר. ער האט געוואונען ווידערוויילונג אין יאר ה'תשס"ה פאר נאך פיר יאר. ער וועט ענדיגן דינען אין יאר ה'תשס"ט. זיין וויצע פרעזידענט איז דיק טשעיני.
פרעזידענטשאפטער איז פון די איינצעלע פרעזידענטן אין דער אמעריקאנער געשיכטע וועלכע זענען געווארן פרעזידענט אפילו זיי האבען באקומען ווינציגער שטימען פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג ווי זייער קעגנער. אבער לויט דער אמעריקאנער וואלן-סיסטעם האבן זיי געוואונען די עלעקטארעל וואלען. בוש איז געלאפען קעגן על גאור אין 2001 און איז דערקלערט געווארן דער געווינער נאך א לענגערע געריכט פראצעדור צו מען זאל איבערציילן די וואלן אין פאלרידא, וואס בוש האט געווינען נאך דעם צווייטען מאל איבערציילן, מיט 537 שטימען, דער סופרים קאורט האט צו סוף געפסק'ענט אז מען דארף עס נישט איבערציילן. ער איז דער איינציגסטער וואס האט דערנאך מצליח געווען צו געווינען א צווייטן טערמין אפילו ער האט פארלארן די אלעמיינער באפעלקערונג שטימען און ער האט נאר געווינען מיט די עלעקטארעל וואלן די ערשטע מאל. אין 2004 האט בוש געלאפען פאר ווידערערוועלונג, און ער האט שטארק געווינען אנקעגן סענעטאר דזשאן קערי. בוש האט נאך סעמפטעמבער 11 2001 אדאפירט א נייעם צוגאנג אין אמעריקא, וואס טייל רופען אן די בוש דאקטערין אז יעדע מדינה מוז זיך ארויסשעטלן אדער פרא אדער קעגן די אינטערעסן פון אמעריקא, דאס הייסט יעדער דארף זאגן צו איז ער א שונא אדער א גוטער פריינד, בוש האט אריינגעפירט אמעריקא אין א קריג קעגן די עקסטרעמע אראבער, אונטער אים איז אמעריקא אריין אין קריג אין אפגאניסטאן און אין איראק, אט די צוגאנג האט איהם געשאפן אסאך שונאים, אבער ער לאזט נישט נאך פון זיינע פאזיציעס. ער האט א נאמען אלס איינער וואס איז וויליג צו נעמען א שטעלונג אפענערהייט און זיך נישט דערשרעקן, אפילו ער ווייסט זיכער אז דאס וועט איהם שאפן אסאך שונאים, און עס וועט איהם זיין שווער, זיין טבע איז נישט צו אנטלויפן פון א פראבלעם, נאר זיך צו אדרעסירן דערצו און זעהן וואס ער קען טועהן דאס צו פארעכטען. זיינע פריערדיגע יארןאין די ערשטע יאהרן פון זיין לעבן איז ער נישט געווען אזוי קאנסערוואטיוו, ער פלעגט טרינקען אסאך וויין ער איז אפילו אמאל געווארן ארעסטירט פאר דרייווען אלס שיכור, מען זאגט אז זיין פרוי האט איהם דערפון אפגעוואונט, זיין פרוי איז לאורע בוש, זי איז גיט באקאנט אין די אמעריקאנער גאס, אפילו ווען בוש איז נישט פאפולער איז אבער זיין פרוי זייער פאפולער ביי יעדן, זי ווערט געזעהן ווי א ערנסטע צוריקגעצויגענע פרוי, זי איז געווען א טיטשער אין א סקול און האלט זיך פאר אן עקספערט ווען עס קומט צו עדיוקעשן. פאליטישע קאריערע
זיינע אויפטואונגען אלץ פרעזידענטדי עקאנאמיעווען ער האט איבערגענעומען דאס פרעזידענטשאפט פון ביל קלינטאון איז די אמעריקאנער עקאנאמיע געווען מיטן "פיטום אראפ", עס האט זיך ארייגעגליטש אין א רעסעסיע, ספעציעל נאך 9ֿ11 ווען מענטשן האבן געציטערט וואס ווען זיין ווייטער מיט די שטארקייט פון אמעריקע, וועט זי זיך קענען גיבען א עצה מיט די טעראריסטן, אין די יאהרן פון זיין פרעזידענטשאפשט, האט ער איינגעפירט שטרענגע פאליסיס און געהויבן די עקאנאמיע אלס א שטארקע דוירהאפטיגע זאך. אין זיינע יאהרן איז די עקנאמיע געוואקסן זייער גיט, דער סטאק מערקעט האט זיך געהויבן ביז צום הימל, אבער אין דער לעצטער יאהר פון זיין קאדענץ איז אלעס געקומען צו א ענדע דער סטאק מערקעט איז געפאלן, די ביזנעס וועלט איז אריין געפאלן איז די ערגסטע רעסעסיע אין די מאדערן צייט. און דערפאר זענען זיינע פאולס אין די אמעריקאנער גאס זייער שוואך ער האט א 29 רעטינג פרעצענט וואס גלייכן איהם. טערארזייט 9/11 איז נאך נישט פארגעקומען קיין טעראריסטישע אקציע קעגן אמעריקא אויפן אמעריקאנער באדן, כאטש אסאמא בין לאדין מיט זיינע שותפים האלטן אין איין ווארענען אמעריקע. עס איז ריכטיג אז ער איז זייער שטרענג מיט זיינע פאליסיס קעגן אויסלענדישע טעראריסטן. דער פאקט איז: אין די יאהרן פון די ביל קלינטאן אדמיניסטאראציע, האט מען זיך נישט געכאפט אז על קאידא און אנדערע מוסלומענער שונאים פון אמעריקא זענען גרייט צו מאכן טעראר קעגן אמעריקא, אמעריקא איז אין יענע יאהרן אטאקירט געווארן עטליכע מאל 1) די ערשטע אטקע אויף די טווין טאורעס, 2) די אטאקע אויף די שיף קאול, 3) די אטאקע אין קעניא אויף די אמעריקאנער אמבאסאדע. נאך די צווייטע אטאקע אויף די טווין טאורס האט פרעזידענט בוש אדאפירט זיינע שטרענגע פאליסיס, און זיין דאן איז אמעריקא אין ערגעץ נישט אטאקירט געווארן נישט אין אמעריקא זעלבסט, און נישט אויסער אמעריקא, אט דער פאקט ווייזט אז זיינע פאליסיס קעגן די טאראר ארבייט. זיינע קעגענער אין זיין פארטיי און ביי די אנדערע פארטייען
|
|||||||||||||||||||||||||||||||||||||
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net