|
די דאמיניקאנישע רעפובליק איז א לאנד ווו מען רעד שפאניש, וואס געפינט זיך אין דער מזרח טייל פון דעם אינדזל היספאניאלא אין די גרויסע אנטילן צווישן די מערב אינדישע אינזלן. זי האלט אומגעפער צוויי דריטל פון דעם אינזל'ס שטח (אין דער מערב טייל איז הייטי). רוב פונעם לאנד איז בערגער, וואס דערגרייכן א הייך פון מער ווי 3,000 מעטער, די בערג זענען באדעקט מיט געדעכטע וועלדער. די באפעלקערונג וואוינט גאנץ ענק אין די טאלן. דער קלימאט איז טראפיש און א היץ הערשט א גאנץ יאר.
זי איז געווען די איינציגע פון 32 לענדער וואס האבן אטייל גענומען אין דער עוויאן קאנפערענץ וואס האט מסכים געווען אריינצונעמען בערך 100 טויזנט יידישע פליטים פון דייטשלאנד. ביז צום היינטיגן טאג האלט זי א פרא-ישראל פאליטיק.
|