|
Article on other languages:
|
גוגל (ענגליש: Google), איז איינע פון די גרעסטע זוכמאַשינען אינעם אינטערנעץ. דער נאמען "גוגל" שטאמט פונעם נומער גוגאל.
די פירמע מיט איר זוכמאַשיןדי דאָזיגע פירמע איז אויפגעשטעלט געוואָרן אין 1998 דורך לעררי פעידז און סערדזעי ברין, צוויי סטודענטן פון סטאנפארד אוניווערסיטעט. דער פירמע'ס איינציגער פּראָדוקט איז געווען די גוגל זוכמאַשין, וואס איז געוואָרן שנעל אויפגעכאַפט און ביז א קורצער צייט האט עס געהאַט מיליאָנען באַניצערס. מאנאפאלאבער היינט צוטאגס פירט זיך די אינטערנעט, און נעמט א פירענדע ראלע אין איר גאנצער אויספארמונג און פאפולערקייט פונעם קאלעקטיווען אינטערנעט.[1] אמת עס איז טאקע געווען אינטערנעט פאר גוגל אויכט, אבער זיי האבן איבערגענומען די ראלע פון אפמאכן וועלכער וועבסייט ווערט באקאנט און באניצט און וועלכער נישט. גוגל האט געטוישט און איינגענומען דעם אינטערנעט פענאמען. און זיי זענען דער גרעסטער כוח וואס פירט ווייטער איר דינאמישקייט יעדן טאג מיט נייע ערפינדונגען. גוגל האט זיך אריינגעשטעלט אינדערמיט און געווארן די אגענט וואס דעליווערט דעם אינטערנעט פארן מענטש. און זי באשלוסט וויאזוי, ווען, ווער, ווי, וואס און פארוואס, דאס ווערט אויפגענומען ביים מענטש. בלאט ראנגדער אויפטו פון דער גוגל זוכמאַשין איז געווען אין דער בלאַט ראַנג סיסטעם, אויף וועלכע די צוויי גרינדערס האָבן געשריבן אַ פּאַפּיר זייענדיג נאָך אין סטענפאָרד. דער בלאַט ראַנק סיסטעם האָט אויסגעאַרבעט אַ ווערט פאַר יעדן וועב בּלאַט, געבויט הויפטזעכליך אויף די צאָל לינקס צו דעם בלאַט און דער בלאַט ראַנק פון די וועב בלעטער וואס לינקן אהין. זייער חשבון אז וועלכעס סייטס עס האט די מערסטע לינקס ברויך זיין פאפולער אויפן אינטערנעט. דערפאר טוט זי שטופן די דאזיגע סייטס פארן זוכער אין די נאז. גוגל איז דאך א ראבאטישער פראגראם און קען נישט וויסן וויפל טראפיק א וועב סייט האט באמת. ער קען נאר מאכן סייענטיפישע טעאריע'ס פארוואס א וועב סייט איז, אדער ברויך זיין, פאפולער. און לויטן אנפירונג פון דעם ביזנעס חשבון פון זייערע טעכניקער מאכט דאס א סייט וואס האט מער לינקס מער פאפולער, דורך דאס מער עקספאוזען פאר די מענטשהייט, און דאס באגראבט רעלאטיוו די חשיבות פון אנדערע סייטס. אין אויגוסט, 2004 איז די פירמע אַרויף אויף דער בערזע פאַר $85 פּער אקציע, פארדינענדיג דערביי 1.67 ביליאָן דאָלער. ביז'ן ענדע 2004 האָבן זיך די אקציעס געהויבן אויף באַלד $200, און ביים סוף 2005 האָט עס געהאַלטן ביי $400. וואַקסענדיג אַלץ גרעסער האָט גוגל געהאַלטן אין איין שאַפן און אַרויסגעבן נייע פראָדוקטן, די מערסטע פון זיי אַלץ בעדינונגען אויפ'ן אינטערנעץ. היינט צוטאגס איז גוגל דער גרעסטער זוך מאשין אויפן אינטערנעט, כמעט צוויי מאל אזוי גרויס ווי איר נאנטסטער קאנקורענט: יאהו. איין זאך וואס זי צייכענט זיך אויס איז די שיינע דעזיין וואס איז נישט אנגעפאטשקעט מיט צופיל צעמישטע שרייענדע ווערטער און לינקס. איר הויפט בלאט איז ווייס ציכטיג און ליידיג און נישט אנגעפילט מיט אינפארמאציע. אינטערסאנטע זאכן וואס מ'קען טאן מיט גוגל
Google Suggestווי נאר איהר לייגט אריין א אות אין דעם "זוך" קעסטל, קומט תיכף ארויף א ליסט מיט ווערטער וועלכע פאנגען זיך אן מיט דעם אות. ווען איהר לייגט אריין נאך אן אות, וועט עס ווייזען ווערטער וואס פאנגען זיך אן מיט די צוויי אותיות, און אזוי ווייטער. ווען איהר קליקט אויף א ווארט פיהרט גוגל דורך א זיך-אקציע אויף דעם ווארט. גוגל אויף יידישעס איז מעגליך צו זוכן נייעס און וועב בלעטער אויף יידיש. [1] פאפולערע גוגל באדינונגען
דרויסנדיקע לינקן
אלע גוגל'ס פראגראמען גוגל זוך מכשיר • גוגל טולבאר • זשימייל • גוגל שמועס • גוגל קא אפ • גוגל נייעס • גוגל דעסקטאפ • גוגל דאקומענטן • גוגל לייענער • גוגל אלארם • גוגל מאפע • גוגל ווידעא • גוגל אנאליטיקס • בלאגער • גוגל פינאנץ • לעבס • גוגל בילדער • גוגל ביכער • פרוגעל • גוגל ערד • גוגל בוקמארקס • יו טוב • גוגל גרופעס
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net