בלוט

Article on other languages:

del.icio.us del.icio.us
Digg Digg
Furl Furl
Reddit Reddit
Rojo Rojo
Add to OnlyWire

בלוט איז דאס רויטע בלוט צירקולאציע אינעם גוף פונעם מענטש איז שרעקעדיג און טרויעריג ווען מען דערזעהט איר אבער אינעווייניג באהאלטן פונעם אויג טוט זי דאס פרייליכעסטע אויפגאבע פונעם קערפער, עס דינט ווי די טראנספארטאציע מיטל ארום צו פירן די לעבנסוויכטיגע באשטאנדטיילן, ווי אקסיזשען און גלוקאוז און אזוי ווייטער, פונעם קאפ ביזן נאגל פונעם פיס, געטריי און פלינק קומט זי אן צום קלענסטען באהאלטענסטן איבר, און גיבט זיי אלע חיות מיט נשמה דורך דעליווערן די אקסיזשען וואס מאכט איר די קאליר רויט.

געטריבן אין די אדערן, דורך דעם געטרייען אימערמידלעכן פּאָמפּ דער הארץ, שטראמט זי אן א אויפהער נאכאנאנד ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.

אויכט טראגט זי אוועק די מיסט און אפפאל, ווען זי ווערט בלוי, די קארבן דייאקסייד פון אלע גלידער ארויס צו די לופט.


אינהאַלט

וויאזוי נעמט עס און געבט דאס?

וויאזוי עס נעמט אקסיגען, הארמאנען, און וויטאמינען פון די לונגען, נירן, לעבער, מוח, קישקע, און די אנדערע סטאנציעס, און עס גיבט דאס ארויס דערליווערינדיג דאס צו אירע פונקטליכע אדרעסן?

צייט דורכשניט פון רייזע

די בלוט צירקולירט דעם גאנצען קערפער דורכאויס צוויי מינוט.

בלוט צעלן

עס באשטייט פון 2 מינע צעלן רויטע און ווייסע וואס זענען בעיקר צו קעמפן אינפעקציעס און באקטיריע.


פראדאקציע

די צעלן ווערן פראדוצירט אינעם מארך ביין.

בלוט קלאטינג

שטעלט אייך פאר די הויזן איז אייך צוריסן געווארן און עס נייט זיך צוריק צו פון זיך אליינס.... אדער שטעלט אייך פאר אז איר האט נישט קיין בלאד קלאטינג און מכאפט א שניט אויף די הויט, און דאס בלוט רינט און רינט ביז ביז עס ענדיגט זיך די בלוט רח"ל.


This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.


Giant Panda

Mercedes Car
James Bond Guide
This site monitored by SitePinger.net