|
Article on other languages:
|
אנאלאגיע איז סיי פון קאגנעטיווער בחינה א פראצעס פון טראנספערירן אינפארמאציע פון איין סאביעקט (פון דער שורש) צו אן אנדער באזונדער סאביעקט (די ציל), און אויך איז עס א לינגוויסטישער אויסדרוק קארעספאנידרענדיג צו אזא פראצעס. אין די שמעלערע זין פון ווארט, איז אן אנאלאגיע א משל צו קומן צו אן אויספיר און מסקנה איבער אן ענין אדער א לאגישער ארגומענט פון איין פרט צו אן אנדערע פרט, און נישט קיין משל אדער אויספיר פון א כללית'דיגער ענין אויף א פרט. די ווארט אנאלאגיע קען אויך מיינען א גלייכקייט אדער אנדער סיי וואסערע פארבינדונג צווישן דער שורש און דעם ציל זעלבסט, וואס איז אפט, אבער נישט דוקא, א ענדליכקייט, אזוי ווי אנאלאגיע אין ביאלאגיע. אנאלאגיע שפילט א גרויסע ראלע אין טאג טעגליכען לעבן אדער שפראך, וו.צ.ב.ש. אין פראבלעמען לעיזונג, באשלוסען אפמאך, באגרייפען ענינים, זכרון, שאפונג, געפילען, הסברה, און קאמיניקאציע. עס ליגט אויך אונטער גאר יסודות'דיגע אויפגאבעס אזויווי אינדעפיקאציע פון פלעצער, אביעקטען און מענטשען, צ.ב.ש., אין פנים אויפכאפן, אדער פנים'ליכע דערקענען סיסטעם'ען. טייל טוען גיין אויף אזוי ווייט צו ארגומענטירן אז אנאלאגעיע איז "דער תוך פון קאגנישען", ספעציפישע אנאלאגישע שפראך שטעלט צוזאמן ביישפילען, צוגלייך'ען, מעטאפאר'ס, ענדליכקייטען, און משלים. ווערטער אדער פראזען ווי: א.א.וו., און דאס גלייכן, אזויווי, כאילו, טוען זיך אויך פארלאזן אויף אנאלאגישער פארשטאנד פונעם מקבל פון א מעסעדזש אז זיי זאלן דאס אין אכט נעמען. אנאלאגיע איז נישט בלויז וויכטיג אינעם טאג טעגליכען שפראך און אין קאמאן סענס, אוואו פראווערבס און אידיאום'ס געבן פיל ביישפיל פון איר אפליקאציע, נאר אויכט אין סייענס, ווי מעטאמעטיקס און חקירה, און אין די הומענעטיס. אנאלאגיע איז געווען שוין שטודירט זינטען קלאסישע אנטיקוויטי דורך פילעזאפן, סייענטיסטען, און לויערס |
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net