די נייע ווערסיע 7.0 אין בעטא 2
אינטערנעט עקספלארער איז א וועב בלעטערער אנטוויקלט פון מייקראסאפט געזעלשאפט וואס קומט היינט מיט מיט דער Windows אפערירן סיסטעם.
אין אנפאנג האבן מייקראסאפט פראדוצירט דעם בלעטערער באזונדער, און נאר אין תשרי ה'תשנ"ח ; אקטאבער 1997 האבן זיי דאס איינגעבויט אין דער Windows אפערירן סיסטעם. ביז 1997 איז דער נעטסקייפ{ בלעטערער געווען מער פאפולער ווי דער אינטערנעט עקספלארער. דאס איז שפעטער געווען דער גרונד אין א רעגירונג אנטי־צוטרוי אנטקעגען מייקראסאפט. פון 1999 איז אינטערנעט עקספלארער געווארן דער פאפולערסטער בלעטערער.
די לעצטע ווערסיע איז איטערנעט עקספלארער 7 וואס איז מיטגעקומען מיט דער ווינדאס וויסטע, מ'קען עס אראפלאדירן באזונדער אומזיסט.
די מעלות
- מ'דארף שוין נישט עפענן א נייע פענסטער - מ'קען אויך זען אויף איינמאל אלע טעבס אפן
- מ'קען אויסשטעלן וויפל זוכמאשינען מ'וויל, ס'זאל אלעמאל זיין אויב'ן אויפ'ן רעכטן זייט אין געצייגבאר
- ס'האט די פישינג פראגראם - וואס קוקט צו ס'איז א זיכערע זייטל.
- מ'קען אריינזומען דורכ'ן טולבאר פון אונטן, ביז ווי סאך מ'וויל
- ס'האט די rss feed
- ס'האט א שענערן אויסזע ווי די פריערדיקע.
און נאך אלעם געווינט פייערפאקס, ie האט פארלוירן צו פייערפאקס ווען זי האט נאר 80 פראצענט פונעם מארקעט לויט אירע אייגענע סטאטיסטיקס, און 34% לויט די מאזילע פייערפאקס סטאסטיסטיקס.
נעץ פארבינדונגען
|