|
Article on other languages:
|
צניעות איז א עטישע און מאראלישע מדה וואס ווייזט אויף איידלקייט. יעדע באגריף אדער באשעפעניש וואס האט א סעקסואלער ציאונג קראפט, ווי למשל פרויען אדער געוויסע מאן'ס גלידער, אדער טעמעס וואס רייצן אן די הארמאנען פון א מענטש צו וועלן האבן סעקס, ווערט באהאלטן און דערשטיקט דורך איגנארירען. צוליב איר שטארקע קראפט וואס א מענטש קען נישט קאנטראלירן איז נאר איגנארירען דער איינציגער אויסוועג פטור צו ווערן פון אירע ציאונגען. דאס איז דער ווייזונג אז א מענשט איז אפגעהיטן און הייליג און ער לאזט זיך נישט אריין אין נסיונות. גאָר אסאך פארבאטונגן מצוות און מנהגים פון די אידשע טראדיציע ווערן אנגעגעבן אלס דער ציל און טעם אדער סיבא וועגן צניעות פאקטאר. ביי חרדים איז דא ספעציעלע עסקנים וואס געבן זיך אפ מיט האלטן די צניעות סטאנדארטן, און צוריק האלטן די דאזיקע געפאלנקייטן אויף ווי ווייט מעגליך, דורך באקעמפן די באטרעפענדע און צושטערן נידעריגע געשעענישן. - זיי הייסן געווענליך משמרת הצניעות און רופן ארויס א פחד ביי פורקי עול. ר' משה פיינשטיין האט געפאסקענט אז צניעות איז א באגריף וואס מ'קען נישט אין אלגעמיין אפטיטול'ן לויט אפאר פרומע קנאים נאר מוזן נאכגעפארשט ווערן וויאזוי איז די מנהג המקום אויב איז דער סדר צו גיין. דערויסענדיגע לינקס
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net