|
Article on other languages:
|
ײִדישקײט איז א טערמין וואס באציט זיך צו אַ יידישע רעליגיע, קולטור, פאלק (נאציאן), עטנישע גרופע. דאס אין די עלטסטע און קלענסטע רעליגיע פון צווישן די דריַי גרעסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס. אידן זיַינען אַ פאָלק וואָס האבן אַן אייגענעם קולטור ווי יום טובים און אויך פארשידענע מנהגים. כמעט העלפט אידן וואוינען היינט אין ארץ ישׂראל, און די איבעריגע, לעבן איבער דער גאָרער וועלט, וואס אַ גרויסער טייל פון זיי וואוינען אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. אין ארץ ישראל וואוינען קרוב צו זעקס מיליאן אידן. אין אמעריקא איבער זעקס מיליאן, איבער דער וועלט איבער צען מיליאן, דאס הייסט אז רוב וואוינען אין דער גאנצער וועלט נישט אין מדינת ישראל.[פֿעלט אַ מקור] די אידישע רעליגיע פירט לויט דער הלכה, געברענגט אין שולחן ערוך און פוסקים. די מקורות פון אידישקייט זענען אין דער תורה און אין דער גמרא. איִדן אין אײראָפּעכּלל ישׂראל האָט זיך פלאצירט אין משך די פֿאַרגאַנגענע דורות אין דער מזרח און אין די צענטראַלע אָפּטײלונג. אײראָפּע איז אַ יבשה אױף מזרח זײט פֿונעם ערד קוגל, זי גרענעצט זיך מיט אַזיע, זי פֿאַרמאָגט פילע לענדער, פיל פֿון זײ זענען אומבאַקאַנטע נעמען פֿאַר איִדן װעלכע האָבן גאַנץ װײניג געהאַט פֿאַרבינדונגען מיט זײ אין די היסטאָריע. ייִדן זענען געקומען צו דער אײראָפּעיִשער יבשה נאָך אין די צײַטן פֿונעם צװײטן ביהמ"ק, אין לױף פֿון די דורות האָבן איִדן געװאַנדערט פֿון אײן לאַנד צום צװײטן אין אײראָפּע.
הייליגע טעג
ביכער און ספרים
בעוווסטע און בארימטע מענטשן
געמיינדעס
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net