|
Article on other languages:
|
איד אדער ייד און יוד (ביי א פרוי אידענע אדער יידענע און יודענע) איז דער מענטש וואס געהערט צו דעם יידישן פאָלק.
אידישע פאלקס גרינדונג אין היסטאריעדי אידישע פאלק הייסט אין תנ"ך ישראל אדער יעקב, און דער נאמען איד שטאמט פון ווארט יהודה. וויבאלד נאר שבט יהודה האט זיך אומגעקערט פון גלות בבל קיין ארץ ישראל, וואס דערפאר האט כלל ישראל באקומען דער נאמען איד, דאס ערשטע מאל ווערן זיי אזוי אנגערופן אין די מגילה ביי מרדכי "היהודי". סדר הדורות ביז שלמה המלך:
אידישע פאלקעס איז אַפּאָר אויסדערוועלטע מענטשן - ארויס פון פילע אומצאליגע ענדלאזע טריליאנען וועלטן, מיליאנען באשעפענישן, ביליאנען גוים - וואָס ווערן אַריין געבוירן אין דעם קליינעם אבער גאר וויכטיגן אידישן פאָלק, אָדער זענען זיך מגייר, אָנצונמען דעם אידישן גלויבן, און זענען אויטאַמאַטיש קנעכט וואָס זענען אויסדערוועלט ביים באַשעפער פון דער וועלט אלס זיין הייליג פאלק אידן, און זענען פאַרפליכטעט מיט תורה און אירע תרי"ג מצוות. איבער 165 מאל ווערט אין דער תורה דערמאנט אז גאט איז דער גאט פון אידן - אין צוגאב צו פילע מאל וואס ער ווערט דערמאנט אלס דער גאט פון יעקב, אדער די גאט פון דיינע עלעטערן. הֵן לַיהוָה אֱלֹהֶיךָ, הַשָּׁמַיִם וּשְׁמֵי הַשָּׁמָיִם, הָאָרֶץ, וְכָל-אֲשֶׁר-בָּהּ. רַק בַּאֲבֹתֶיךָ חָשַׁק יְהוָה, לְאַהֲבָה אוֹתָם; וַיִּבְחַר בְּזַרְעָם אַחֲרֵיהֶם, בָּכֶם מִכָּל-הָעַמִּים--כַּיּוֹם הַזֶּה ספר דברים (פרק י') לויט די פסוקים ערקלערט גאט, אז פון צווישן אלע גרויסע אנטוויקולינגן פון באשעפעניש, זענען אונזער עלטערן דאס מערסטע באליבט, און זייערע קינדער נאך זיי פאר שטענדיק. איינע פון די צילן, סיבות, און מיסיעס פון דעם איד: איז צו לויבן גאט, און מען זאגט א פשעט'ל אז דערפאר הייסט ער "איד" פון לשון אודה און הודיה, זיי לויבן און דאנקן גאט מיט זייער מויל, פירונג, און טואונגען. ווי דער נביא ערקלערט: עַם-זוּ יָצַרְתִּי לִי, תְּהִלָּתִי יְסַפֵּרוּ ישעיהו מ"ג אידן'ס מסירות נפש אין אלע דורותאין משך פון די יארן זענען אידן געטאנצן אין פייערן און וואסער על קידוש ה', נישט אויפצוגעבן זייער גלויבן און תורה. נאמען איד
איד
עברי
ישראל
באפעלקערונגדי יידן היינט זיינען צעשפרייט אין די גארער וועלט, ווען א דריטל פון זיי זיינען אין מדינת ישראל, א דריטל אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און א דריטל צעשפרייט אין אייראפע. זעט א פונקטליכע טאוועלע אין אידישע באפעלקערונג. שטרעמונגעןחסידים, ארטאדאקסן, רעפארמער, קאנסערוואטיוון, ליטוואקעס, מאדערנע ארטאדאקסן, ציונים, קנאים, השכלה, אידישיסטן, פרייע, אפגעפארענע שומרוינער שפראכןלשון קודש אידיש אראמיש העברעאיש לאדינא זעהט אויך: |
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.
Mercedes Car
This site monitored by SitePinger.net